יום שלישי, דצמבר 23, 2014

רעות שבעה נפשי

דער אמת געזאָגט שעם איך מיך אַביסל צו דערציילן וואָס איך גיי איצט שרייבן. אָבער אף על פי כן. יעדעס יאָר חנוכה קלער איך פריש אַז איך וויל דאָס אויפשרייבן אַלץ א קאָמבינאַציע פון גרסא דינקותא און חטאות נעורים. צי איך וויל צי נישט איז עס אַן אומבאַשיידענער חלק פון מיין לעבן און ווער און וואָס איך בין און ממילא אַז דאָס איז מיין טיפה סרוחה איז דאָך אויף דעם דאָ אַ משנה, הסתכל בשלושה דברים.

עס האָט קיינמאָל נישט געהאַט אַ באַשטומטן נאָמען. אָמאָל האָט מען עס גערופן סתם קדושה אָדער קדושה וטהרה, אַמאָל יראת שמים, אַמאָל קדושת יוסף הצדיק, אַמאָל קדושת היסוד. מען האָט גערעדט פון שמירת הברית, אות ברית קודש, מחשבות זרות און זיכער אַנדערע נעמען וואָס איך קען מיך שוין נישט דערמאַנען. קיינמאָל האָט מען אָבער ברבים נישט אַרויסגעזאָגט די גרעבערע נעמער ווי טומאת קרי, הוצאת זרע לבטלה און אוודאי נישט זנות אָדער גילוי עריות. ווייטער ענגלישע רעפינירטע טערמינען איז אָפּגערעדט אַז זיי האָבן ביי אונז נישט געהאַט אַ דריסת הרגל. ראשית כּל פאַרמאָגן נישט חסידים אפילו אַלגעמיין דער רייכסטער וואָקאַבולאַר און כל־שכן נישט אויף דעם. אויסער דעם זענען די ענגלישע ווערטער צו מאָראַליש נוטראַל און צו שטאַרק צוגעפּאַסט צום מעשה אַליין און חסידים וועלן נישט צולאָזן אַ וואָרט וואָס טראָגט נישט אויך דערין דער אומווערד און זינדיקייט פונעם פעולה.

איצט ווען איך טראַכט צוריק איז געלעגן אין דעם אויך אַ רייצנדיקייט. וויבאַלד מען האָט נאָר אַרומגערעדט דער זאַך אָן קיינמאָל אָנצורירן, פיגורעטיוו גערעדעט פאַרשטייט זיך, דעם בעל דבר אַליין האָט עס שטאַרק געחשקט צו קוקן און לייענען ביי די וואָס רעדן דווקא יאָ אין פרצוף אַריין. מיר פלעגן ליב האָבן מאור ושמש און ישמח ישראל טאַקע פאַר זייערע גראָבקייט און בפירושדיקייט. אַז מען האָט געזאָגט אויף אַ חסידיש ספר אַז עס וואַרעמט אָן האָט מען געמיינט אַז זייערע דברי חיזוק פאַר די וואָס זענען 'דורכגעפאַלן' איז דירעקט און סענטימענטאַל. אַז איך געדענק גוט איז דאָ אויף אַ פּלאַץ אַ שטיקל מאור ושמש וואָס ער זאָגט אַז דער בעל שם און זיינע תלמידים האָבן אַראָפּגעברענגט תשובה אויף די ענינים. מיר בחורימלעך האָבן זיך געגעבן אַ צי אויפן גאַרטל וויסנדיק אַז מיר חסידישע בחורים  וואָס גיין בדרך הבעל שם האָבן טאַקע די זכייה תשובה צו טון. ווייניק האָבן מיר געוויסט אַז געצויגן האָט אונז דווקא דער שמועס פון דער עבירה.

מיר האָבן ליב באַקומען דער סטיל פון אויסשרייבן אַלעס און וואָס ערגער דער שרייבער און וואָס וייניקער סובטיל אַלץ חשובער האָט מען אים געהאַלטן. התלהבות איז פיל לייכטער ווען מען דאַרף נישט צולייגן קאָפּ און אויף זיך אויסצוגליען דער נשמה העלפט אַז עס דערין נישט איינגעטאָן דער מוח. דאָ איז געווען געפלאָכטן סיי דער זאַפטיקער נושא און סיי דאָס שמאַלציקייט פונעם שרייבן איז אוודאי אַז נאָך מען האָט זיך צושאָקלט ערב שבת מיט די נאַסע פּיאות איבער אַזאַ שטיקל איז דער הודו און ידיד נפש געווען גאַנץ עפּעס אַנדערש.

איך האָב פריער געזאָגט וויאַזוי מען האָט עס גערופן אָבער נישט אונז האָבן עס גערופן ווייל מיר האָבן עס קיינמאָל נישט דיסקוטירט. דאָס איז געווען אַ זאַך וואָס מען האָט מיט אונז כסדר גערעדט וויבאַלד עס איז כמעט נישט דאָ אַ דאַטום אין דער יידישער קאַלענדער וואָס מען קען נישט דערין אַריינשלעפּן עניני קדושה. פרשת וישלח אין מיטן קאַלטן ווינטער? ויגע בכף ירך יעקב מיינט אַז דער שרו של עשו האָט געמיינט דערמיט פוגם צו זיין אין דער קדושת היסוד פון יעקב אבינו. שבת בשלח ווען דער קעלט בייסט נאָך שאַרפער? ויזנב בך כל הנחשלים אחריך מיינט ווי רש"י זאָגט אַז ער האָט אַרויפגעוואָרפן ערלות אין דער לופט. און וואָס קלערט איר האָט עמלק מיט דעם אינזינען געהאַט? אשר קרך בדרך דאַרף נישט אַ סאַך פּשטים.

פסח זענען געווען די מ"ט שערי טומאה און חמץ בפסח, שאור שבעיסה און קדש ורחץ זענען אַלע אַ רמז אויף צווישן די פיס. נאָך פסח איז געווען ספירה און אַ הכנה צו קבלת התורה וואָס דאַרף שמירה יתירה האָט מען האָט אונז באַטאָנט ולרשע אמר אלקים מה לך לספר חוקי. דער וואָס לאָזט אונז נישט לערנען, האָט מען אונז פאַרקויפט, איז דער וואָס טרייבט זיי, די ליטוואַקעס, צום גמרא.

ווער ווייסט דען אויך נישט אַז דער וואָך פון ספירה פאַר מלכות איז יסוד, אַז יסוד איז אַ רמז צו יסוד צדיק בשבעה נעלם און אַז דאָס מיינט יוסף הצדיק? און אַז מען דערמאַנט יוסף הצדיק מיינט מען נישט דער מסלסל בשערו, דער בעל החלומות, דער פותר חלומות און דער בנות צעדה עלי שור. חלילה. מען מיינט נאָר איין זאַך: דמות דיוקנו של אביו נראתה לו בחלון, וינס ויצא החוצה און ער האָט זיך מתגבר געווען אויף זיינע נסיונות. זיינס איז די זעקסטע הקפה פון עוזר דלים וואָס דער קאָצקער און אַנדערע האָבן אויף דעם פאַרפירט און אַ סאַך זינגן דערביי די ווערטער פון יסוד צדיק. פון דעם איז אויך נולד אַז אין פאַרשידענע חסידישע הויפן זינגט מען דעם ניגון אויך ביים רבינס מצווה טאַנץ. אַז חתן כלה גיין זיך באַלד איינוויקלען דאַרף מען זיי מיטגעבן צידה לדרך.

ווער רעדט נאָך אַז עס זענען געקומען די הייליגע טעג האָט מען מיט תשובה נישט געקענט עפּעס אַנדערש מיינען. אויף וואָס האָבן מיר קליינע בחורימלעך דען געהאַט תשובה צו טון אַז נישט אויף דעם? דער מזל פון אלול איז בתולה און מיט דעם האָט מען איינגעטייטשט דער פסוק אין איוב, ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתול"ה. אַ זאַפטיקער פסוק וואָס האָט דערין סיי ברית סיי קדושת העיניים און סיי בתולה און איז ממש געאייניקט צו די וואַרעמע אלול און סליחות טעג. און אַז דערנאָך איז געקומען ראש השנה און יום כּיפור האָט מען אונז קוים געדאַרפט זאָגן אויף וואָס זיי זענען דאָ. ביי תקיעת שופר האָט מען זיך באַגראָבן דער פנים אינעם מחזור און זיך מתוודה געווען בשעת די תקיעות ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אַז אַזאַ ווידוי כאַפּט זיך אַריין מיט די תקיעות און גייט גלייך צום כסא הכבוד. ביי וקרב פזורנו איז ווידער דאָ אַ תפילה אויף איינצוזאַמלן די נשמות וואָס מען האָט פאַרגאָסן, האָט מען זיך אומגעקוקט אויף לינקס און אויף רעכטס און עס געגעבן אַ כאַפּ אָפּ אָן קיינער זאָל באַמערקן ווי מען האָט זיך פאַרשוואַרצט דער נשמה.

און אַזוי ווייטער און ווייטער. ברבים האָט מען גערעדט בכללות און ביחידות האָט מען אונז אויסגעפרעגט בפרטות. "ממש קיינמאָל נישט? אַלע בחורים האָבן די נסיונות." און איך האַלט מיך ביי מיינעם אַז נישט מיר מיינט דער פּסוק. איך האָב מיט אַ צווייטן נישט צו טון און מיט מיר אַליין אויך נישט. און אַז איך בין מיר אַרויס פון צימער האָט מיר געחלשט צוריקלויפן און זיך מודה ומתוודה זיין. איך האָב מיך אַרומגעדרייט מיט שולד געפילן אַז איך בין אַ ליגענר און אַ פאָפּער נאָך דערצו אויך. איך האָב אויך געחלשט זיך מודה ומתוודה זיין כדי ביי יענעם נושא חן צו זיין.

איך האָב מיך אָבער נישט געקענט ברענגן דערצו. איך האָב געהאַלטן אַז זיי זאָגן מיר אַז יעדער איז אַזוי מיך אויסצונאַרן און ווען זיי זאָלן וויסן וואָס פאַר אַ פאַרזינדיקטן נשמה איך האָב וועלן זיי שוין זען וואָס דאָס הייסט אַ בעל עבירה מיט אַלע מפרשים. ווען עס האָט פּאַסירט אַ טראַגעדיע אַז אַ בחור איז אַוועק האָט מען באַלד גערידערט אויף קדושה און געהאַלטן פייערדיקע דרשות. מיינע קניען האָבן זיך געקלאַפּט און איך בין געווען זיכער אַז יעדער רגע וועט דער משפּיע ווייזן אויף מיר מיט אַ פינגער. איך האָב געהאַלטן די אויגן אויף אַראָפּ ווייל טאָמער וועלן זיך אונזערע אויגן טרעפן וועט ער באַלד זיך צושרייען אַז אַלעס וואָס איך האָב געקוקט און געטון בין הזמנים האָט עס גורם געווען.

און דאָך קיינמאָל האָט מען אונז נישט געזאָגט וואָס דאָס איז, וויאַזוי מען טוט עס, און וויכטיקסטער פון אַלעס פאַרוואָס מען טאָר עס נישט טון. פאַרקערט גאָר. אין מיין ישיבה האָט מען קיינמאָל נישט גערעדט פון דער זאַך אַליין און מען האָט גאָר געשפּעט פון אַנדערע. "זייערע קדושה איז אונזערע ניבול פה" האָט מען געזאָגט. "תפילת זכה לערנט אויס וויאַזוי צו זינדיקן." “זיינע שובבי"ם שלש־סעודות תורות איז גוט פאַר זיינע גראָביאַנעס."

אָבער ביי אונז, אויף פרשת וישב האָט מען גערעדט פון יוסף הצדיקס נסיון אָבער קיינמאָל נישט פון מעשה ער ואונן. אויף שובבי"ם האָט מען געזאָגט אַסאַך תהילים און גערעדט פון תשובה און קדושה אָבער מען האָט ניטאַמאָל דערמאַנט דער 'חטא הידוע'. אויף פרשת קדושים האָט מען ווידער גערעדט פון קדושה אָבער נישט פון דער פרשת עריות ביים סוף. מען האָט צו אונז גערעדט פון גדרים און סייגים, אין דער גאַס גיין מיט די אויגן אויף אַראָפּ און אין דער מקווה מיט די אויגן אויף אַרויף - איה הקדשה, האָט מען געטייטשט, בעיניים על הדרך. מען האָט גערעדט פון חסידישע ייִדן וואָס האָבן זיך צוגעבינדן די הענט ווען זיי זענען געגאַנגן שלאָפן אָבער מען האָט נישט געזאָגט צו וואָס די הענט זענען מסוגל.

אָבער דאָך האָבן מיר פאַרשטאַנען. אַז מען האָט אונז געזאָגט גיין אויף דער גאַס ווי מען לויפט אויף הייסע קוילן האָט מען נישט געדאַרפט אַרויסזאָגן וועגן פּריצות. מען האָט צוגעלייגט ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם און מיר האָבן פאַרשטאַנען וואָס מען מיינט דערמיט. קיין גאַנצער מפיל קינדער זענען מיר אויך נישט געווען. די טעכנישט חלקים האָבן רוב פון אונז אפשר נישט פאַרשטאַנען אָבער יעדער קען דאָך זיין נשמה און יעדער האָט געוויסט אַז צו קוקן און זען האָט עפּעס אַ געוויסער הנאה. און אָט די הנאה האָט מען אונז אויסגעלערנט איז שטרענג פאַרבאָטן. און דער וואָס האָט נישט פאַרשטאַנען ברמז האָט שוין געהערט פון די וואָס מען האָט אָנגעשלאָגן באישון לילה איבער מעשים אשר לא יעשו.

חנוכה איז געווען איבערהויפט צו דאָס אַלעס שטאַרק מסוגל. די יוונים האָבן געוואָלט מטמא זיי די ייִדן. מען האָט נישט געדאַרפט מסביר זיין וויאַזוי און עס איז גענוג געווען צו זאָגן אַז אין חכמת יוונית ליגן אַלע טומאות. די יוונים האָבן געזאָגט, כתבו לכם על קרן השור שאין לכם חלק באלקי ישראל, האָט מען איינגטייטשט אַז שור איז אַ רמז צו יוסף הצדיק, בכור שורו הדר לו, און יוסף הצדיק מיינט קדושה. אַז איינער האָט נאָך געצווייפלט האָט מען צוגעלייגט אַז די יוונים האָבן אויך געוואָלט צושטערן ברית מילה און צו דעם דאַרף מען שוין נישט אויספירן. און אַזוי האָט מען ווייטער געטייטשט וטמאו כל השמנים, שמן דאָס איז כלל ישראל, מה שמן צף על כל משקין, און אַזוי אַרום איז מען אָנגעקומען צו דער קדושה פון די ליכטעלעך, אַז נר מצוה ותורה אור און פארדעם דאַרף מען שמן זית זך ווייל שמן לויטערט אויס די נשמה און מען האָט צוגעלייגט אַ בני יששכר וועגן אור הגנוז און אויסגעלאָזט מיט דער אייבישטער זאָל העלפן...'.

די טייטשן זענען למעשה אַ מסכת פאַר זיך. אין חסידישע תורות זענען פסוקים און מאמרי חז"ל ווי אַ הענגער. יעדער ענין אָדער בחינה קען מען געפונען דערצו אַ גימטריא, צי אַ מסורה, צי אַ האָמאָנים, צי עפּעס אַן אַנדערע ווערטערשפּיל און אַזוי אַרום האָט מען אַ פאַרטיקע תורה. קיינער פרעגט נישט וואָס איז דער געדאַנק פּונקט ווי מען זוכט נישט דער געדאַנק פון אַ קראָסוואָרד פּוזעל. דער געדאַנק ליגט אין דעם ווי ווייט מען קען פאַרדרייען אַ וואָרט און ווי אַ רבי האָט געזאָגט מען דאַרף עס אַריינצווינגן אַזוי אַז דער פסוק זאָל פּלאַצן.

און אין יענע יאָרן איז מיר איינגעפאַלן צו טייטשן אַזוי.

רעות שבעה נפשי. רעות דאָס איז אַ רמז אויף די אָ ענינים ווי עס שטייט אין פסוק ויהי ער בכור יהודה רע בעיני ה'. שבעה נפשי דאָס מיינט אויך דאָס ווי דער גמרא זאָגט אין סוכה, אבר קטן יש לו באדם מרעיבו משביעו, משביעו מרעיבו.

ביגון כוחי כלה דאָס איז אויך אַ רמז אויף דעם ווי רש"י זאָגט אויף ראובן בכורי אתה, כוחי וראשית אוני. און ביגון מיינט טאַקע די עברה וואָס איז גורם צו עצבות.

חיי מררו בקושי דאַרף מען אינגאַנצן נישט מסביר זיין און ווי עס שטייט אויך אין זוה"ק אויף וימררו את חייהם אַז מען האָט עובר געווען אויף דער תורה.

בשעבוד מלכות עגלה איז נאָכאַמאָל אַ רמז אין דעם וואָס עגלה איז מרמז צו כתבו לכם על קרן השור ווי אויבן דערמאַנט.

דאָרט האָט זיך עס דעמאָלט אָפּגעשטעלט.

ווי ווייט בין איך פאַרקראָכן און וויפל זינד באַגאַנגן ביז היינט אַז עס פאַלט מיר איין וויאַזוי מען קען ווייטער פאַרטייטשן?

יום שני, נובמבר 17, 2014

אם בהמה אם איש – ב’

שוין אַ גאַנצער וואָך האָבן מיר צו זינגן און צו זאָגן: איבער וואָס נאָך אַן אסיפה, ר' קטלא? דעות זאָגט איר שוין ווייס איך וויפל יאָר און אפשר שוין עפּעס אַן עצה? די וואָטסאַפּן רעגענען אַריין און פון עטלעכע זקינים האָבן מיר אפילו געהאַט טעקסטן, אין שיל לאָזט מען מיר נישט געמאַך און אויף דער גאַס שטעלט מען מיר כסדר אָפּ. יעדער וויל הערן, אַלע ווילן וויסן וואָס איז דאָס ווידער אַן אסיפה, וווּ, ווער, ווען און בעיקר, צו וואָס? "קטלא", פרעגט מיר איינער, "האָסט געסוויטשט זייטן? ווערסט אַביסל עלטער און עס שמעקט זיך דיר שוין אויך דער לעבער?"

איז שמעו נא רבותי: ראשית כל האָבן מיר געגרונדערט אַ וועד המכינה וואָס האָט שוין אַ לאָויגאָוי מיט פאַרבן ווי אַ בראַזיליאַנער קאַרניוואַל און איז באַעמטליך איינגעשריבן ווי אַ נישט־ריווח אָרגאַניזאַציע. מען האָט שוין אויך געמאַכט פאַר־אסיפות פאַר די נגידים וווּ מען האָט געטיילט סושי און לעמל פלייש און געשאַרט שווערע הונדערטע אלפים. מען האָט געדונגן אַ סטאַדיאָן מיט אַן אַרייננעם פון רבבות וגם לרבות אַ זאַל פאַר אַ הוקאָפּ פאַר די נשים. די פּאָליציי זענען שוין לאַנג באַשטעלט, די בילעטן לויפן שוין אויפן דרוק און חבי כמעט רגע וועט איר קענען קויפן בכסף מלא. פאָלגט מיר און כאַפּט אריין וואָס פריער ווייל כּל הקודם זכה און מען זאָל נישט שפּעטער קומען מיט טענות.

טראַנספּאָרט וועט מען פאַרשטייט זיך צושטעלן כיד המלך און ווי דער פסוק זאָגט אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו געטס נאָר אַהער דעם בשם ה' אלקינו נזכיר, די אין־גאָד־ווי־טראָסט שטרותלעך, און מען וועט פאָרן אַ מחיה. איר קענט אָנקומען מיט אַ שיף צי מיט אַ העליקאָפּטאָר צי מיט אַ ביציקל. מען לאָזט אַריין סיי אַן עני רוכב על החמור און סיי אַ רעבישע עס.יו.ווי און אפילו מיט אַ בלויע לאָמפּ אויפן דאַך. נישט קיין חילוק וויאַזוי, קומט נאָר אָן און מען וועט אייך געבן צו הערן פון אַ סאָונד סיסטעם מיט דעציבעלן אַז איר וועט פאַרשטיין אַ גאָר אַנדערן פשט אין קול ה' חוצב להבות אש.

אָט אָט און די מאָטאָרן פון די באַסעס וועלן אָנשטינקן אַ גאַנצער בלאָק, כלל ישראל וועט כאַפּן די סאַנדוויטשן און מאָפינס, אָבער דערווייל שפּעקולירט מען נאָך צי זאַלי יאָ אַרוני נישט אָדער גאָר פאַרקערט. דער סקווערער הייסט עס פּראַוועט יחידות, דער סקולענערס טאָכטער וועט לכאורה נאָכזאָגן וואָס זי האָט אַליין געהערט פונעם הייליקן טאַטן, און איצט קען מען שוין אַרויפקריכן די שטיגן פונעם באָס, און "בחורל, זיי מוחל הייב דיך אויף פאַר אַן עלטערן ייִד. יאָ, אַזוי, אַאַאַהההה, דערלאַנג מיר נאָר דאָרט מיין שטעקן," און מיט די אָנגעאָטעמטע פענצטערס קען מען שוין אין אַ מזלדיקע שעה פאָרן.

איין זאַך האָט דאָס אַלעס אַביסל אויפגעהאַלטן ומעשה שהיה כך היה. איין נאַכט אַרום האַלבע צוועלעווע קלינגט מיר דער טעלעפאָן. אַ משלנו פאַרשטייט זיך. נאָך זיך אַנטשולדיקן אַז ער רופט אַזוי שפּעט און זיכער מאַכן אַז ער האָט קיינעם נישט אויפגעוועקט און אַז עס איז מיר איינגענעמען צו רעדן, און נאָך איך האָב אים באַדאַנקט אַז ער האָט בלויז געקלינגן און נישט געקומען קלאַפּן אויפן טיר און דערנאָך אַביסל זעצן אויך ווייל אפשר הערט מען נישט, זאָגט ער אַז ער האָט אַ האַרבע קשיא אויפן גאַנצן אסיפה. זיין סברא איז אָנגעפער אַזוי. וויבאַלד די גאַנצע אסיפה איז פאַר די צאן קדשים און מען מיינט דאָך אין גאַנצן די ואת עמלינו אלו הבנים, איז, ר' קטלא, שרייט ער מיר, וואָס רופט מען נישט די שעפעלעך אַליין? אבות ואמהות למה לי?

איך האָב שוין געהאַלטן נאָך המפּיל אָבער אויף אַזאַ קשיא האָבן איך מיך מתיר געווען און איך האָב אים געענטפערט מנה אחת אפיים. נישט ממש אין זיבעטן ריפּ, אַזוי גרויס בין איך נישט, אָבער איך מיין איך בין אָנגעקומען לכה"פ צום צווייטן און אפשר אפילו צום דריטן.

זאָג איך אים אַזוי. ר' ייִד, הלנו אם לצרנו, איר זענט אַ היגער אָדער אַ גרינער? איר ווייסט דען נישט אַז ווען מען פירט ביי אונז איין תקנות איבער שייטלען און שטרימפּ רעדט מען צו די מענער? און ווען מען וויל די מענער זאָלן מבער זיין די סמאַרטפאָוינס און טאַבלעטס צו וועמען רעדט מען? צו די ווייבער. און ווען מען זאָגט אַ פילפול דרשנט מען צו עמי־הארצים, און ווען מען רעדט פון שלום פּרעדיגן די צדיקים צו די בעלי בתים, איז פאַרוואָס איז דאָס דען אַנדערש? אַז מען מאַכט אַ תקנה פאַר די עלטערן זאָגט מען אָן די קינדער אַז זיי זאָלן פאַרמסרן די טאַטעס און מאַמעס און אַז מען מאַכט אַ תקנה פאַר קינדער רופט מען צאַם די עלטערן. אַזוי איז ביי אונז דער מנהג, אין מוקדם ומאוחר בתורה, עירוב פרשיות כתוב כאן און מנהג ישראל תורה היא.

מיינט אָבער נישט אַז איך האָבן דאָס געזאָגט על דעת עצמי. חלילה! די וועד המכינה האָט אַ האָטליין צו דעת תורה איבער אַלעס. פון דער אַמפּליפיקיישן פון די מיקראָפאָנען ביז דער אָן־ליין סטרימינג רירט מען זיך נישט קיין אינטש אָן דעת תורה פון דער העכסטער ניוואָ. למעשה האָט די וועד המכינה אין דעם טאַקע דן געווען און צו דעם האָט מען געברעגנט אַ געוואַלדיקער מבין אין חינוך וואָס גדולי ישראל רירן זיך נישט אָן זיינס אַ וואָרט. אַ פּסיכאָלאָג און אַ פּאַדאַגאָג מיט מער אותיות נאָך זיין נאָמען ווי נבראו בהן שמים וארץ. אַז ער איז מעיד אויף זיך אַז ער האָט שוין נסיונות מיט קינדער צענדילקע יאָרן מעגט איר אַליין פאַרשטיין וואָס ער בעט אַ שעה און פאַרן ריכטיקן פּרייז האָט ער אונז געגעבן צו הערן ואלו תוכן דבריו.

כי לא מחשבותי מחשבותיכם, האָט ער אָנגעהויבן, ביי אונז יידן גייט נישט אַזוי, ביי אונז דערציילט מען נישט פאַר די קינדער אַלע סודות. ער האָט געזאָגט ער וועט געבן אַ דוגמא ווי עס גייט ביי די אומות העולם וואָס אויף דעם איז ער אויך אַ בקי, ומכלל הן אתה שומע לאו.

למשל אויף 11\9, זאָגט ער, איז דזאָרז בוש געזעצן אין אַ קלאַס און געליינט פאַר פּיצעלעך קינדער אַ מעשה בוך. למשל באַראַק אָבאַמאַ ווען ער האָט געוואָלט פאַרקויפן שלום פאַר ארץ־ישראל האָט ער גערעדט צו אַ גרופּע סטודענטן אין ירושלים. ווען מען האָט געוואָלט אַפירנעמען דעם פּרעזידענט פון איראַן, אַחמאַדינאַזאַד, האָט מען אים פאַרבעטן צו קאָלאָמביע יוניווערסיטי צו רעדן פאַר די קאַלעדז תלמידים. פּרעזידענטן און פּרעמיערן איבער דער גאָרער וועלט האָבן זיך ליב פאָטאָגראַפירן מיט קינדער און דאָס העלפט אפילו צו זייערע אימאַז.

ביי זיי, איז ער ממשיך, איז אויך איינגעפירט אַז סטודענטן טרעפן זיך מיט מייסטער אין דער צווייג פון וויסנשאַפט פון זייערע סטודיעס. למשל פאַר סטודענטן פון אַרכיטעקטור ברענגט מען באַרימטע אַרכיטעקטן אַז זיי זאָלן דערציילן וויאַזוי זיי זענען אָנגעקומען צו וווּ זיי האַלטן און סטודענטן קענען זיי פרעגן על דא ועל הא. און אַז מען שטודירט מעדיצין קען מען גיין זען דאָקטורים און זיי שמועסן זיך דורך מיט סטודענטן כאחד האדם, אָן קיינע עסקנים, אָן קיינע מבינים, נאָר פשוט פה אל פה אדבר בו. דער וואָס האָט צו פרעגן פרעגט און אַז דער מומחה האָט צו ענטפערן געט ער אַ תשובה.

אונזער מבין אין חכמת יוונית האָט נאָך צוגעלייגט. אַז אין קאַלעדזעס האַלט מען קאַריערע מאַרקן וווּ עס קומען מסלתה ומשמנה פון בענק און קאָרפּאָראַטיוון און שפּיטעלער און יוריסטישע פירמעס צו ראָטן אויף צו געפונען אַ פּאָסטן, אויף זומער שטעלעס און וויאַזוי צוצוגרייטן אַ רעזומיי. ווער רעדט נאָך די פיינע קעפּ און פעהיקע הענט זיי ראָט מען אויף סטיפּענדיעס און וויאַזוי זיך איינצושרייבן אויף די בעסטע מייסטער קורסן, אויף דאָקטאָריי, אָדער אין ביזנעס שולעס.

בקיצור חוץ פון די לימודים לערנט מען אויך אויס וויאַזוי צו שטייגן אין דער וועלט. דער וועלט זעט אין זיי דער צוקונפט און אינוועסטירט דערין מער ווי סתם מיט געלט. מען ברענגט אויך פון צייט צו צייט קאָנגרעסלייט, סענאַטאָרן, מייאָרן און אַנדערע הויכע פענצטער צו פאַרקויפן זייערע מיינונגן, צו דעבאַטירן, וווּ דער יוגנט קען זיי אויסהערן און זיי אויספרעגן אויף זייערע פּאָליטיק און זייערע אויסזוכט און סתם צו דערציילן וויאַזוי זיי זענען אַרויף אויפן לייטער און וויאַזוי זיי האָבן דערגרייכט אַזוי הויך.

ביי אונז ווייטער, האָט ער געגעבן צו פאַרשטיין, איז עטוואָס אַנדערש. ווען אַ רבי, דאָ האָט ער געמיינט אַן אדמו"ר, אַ ריכטיקער סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, מיט אַ ייחוס אַזוי לאַנג ווי זיין בעקיטשע און אַ בעקיטשע אַזוי גאָלד ווי זיין נשמה און אַ נשמה אַזוי ציכטיק ווי זיינע פאות און פאות אַזוי געדרייט ווי זיינע פינאַנצן, ווען אַזאַ רבי באַזוכט אין אַ חדר אָדער ישיבה ווייסט מען אַז עפּעס טויג נישט. צי מיטן ייחוס, צי מיטן בעקיטשע, צי מיט די פיאות צי מיט די פינאַנצן. אַן אמתע רבי באַווייזט זיך אַמאָל אין אַ כיתה ווען מען פירט זיין אייניקל אין חדר. אין ישיבה קומט ער אויף אָנהייב זמן מיט אַ פּתיחה אָדער אַמאָל מיט אַ פּשעטל אָבער אויסער דעם איז עס אינו לפי כבודו. פאַר מעשהלעך פאַר קינדער איז דאָ אַ דרדקי מלמד און מען צושטערט נישט דעם רבין אויף דעם פון זיין שטענדיקן שויתי.

לאָמיר מודה זיין אַז אַמאָל קומט דער צדיק יאָ אָן. ער קומט אַמאָל אין קעמפּ און בפרט ווען ער איז אין דער פרעמד איז דער מנהג אַז מען גייט פאַרהערן. נאָך אַפּאָר שאלות איבער דער מחלוקת פון תנא קמא און ר' יהודה פאָרט מען ווייטער צום נעקסטן כיתה און מען טיילט אַפּאָר עפּלעך אָדער אַ שטיקל טשאָקאָלאַט און מען ווינטשט ווי אַ רעביצן. עס איז אויך אמת אַז דער רבי פאַרברענגט מיט די בחורים שעות לאַנג ביים טיש ווען מען קוקט צו בדחילו ורחימו ווי ער עסט חלה און פיש און יויך מיט פלייש און צימעס און דער פאַרנומענער רבי וואָס אַלגעמיין איז ער נישט מסיח דעת קיין רגע פון השמים כסאי והארץ הדום רגלי זיצט בלויז מיטן עולם אויף לאַנגע שעות און מען זינגט זמירות און מען הערט דברי תורה.

דאָס אַלעס איז אמת ויציב, זאָגט אוזער רעדנער. נאָר וואָס איז נישט איינגעפירט איז צום ביישפּיל אַז ווען מען לערנט בבא קמא אָדער בבא מציעא זאָל אַ דיין קומען און מסביר זיין וויאַזוי מער פירט אַ דין תורה, אָדער דער פּראַקטישער זייט פון ענטפערן שאלות, אַז אַ רבי זאָל איבערגעבן זיינע מיינונגן אויף עניני הזמן צו זיין יוגנט, אָדער דער ראש הקהל זאָל געבן צו פאַרשטיין הלכות עסקנות און ווער רעדט נאָך אַז אַ סוחר זאָל דערציילן דער סוד פון חזקת הבתים און דער תירוץ צו כסף מנלן.

מיינט נישט מען האָט אים געלאָזט אַזוי לייכט מוציא לעז זיין אויף כלל ישראל. אַ מלמד האָט אַריינגעפרעגט אַז זיינע קינדער האָט מען גענומען זען ווי אַ שוחט פליקט די פעדערן און צו אַ סופר צוצוקוקן וויאַזוי ער מאַכט זיין טינט. אַ מגיד שיעור האָט אויך געזאָגט אַז אַ דיין האָט דערציילט פאַר זיינע בחורים די חכמה פון לעקטער לגבי הלכות שבת וואָס האָט די בחורים אַרויסגענומען פון די כלים.

דער מבין האָט זיך נישט געלאָזט און געענטפערט אַז טאַקע פון דעם איז געדרינגן והא גופא ראיה. ווייל אין אַ קאַלעדז ברענגט מען געווענלעך די פירערס און די ראשי העם און די מומחים אין זייערע פעלדער און זיי רעדן דווקא פון זייערע פירערשאַפט און זייערע עקספּערטיז און איבער וואָס זיי האָבן עררייכט. מה שאין כן ביי אונז האָבן די פירערס נישט קיין צייט פאַר די תינוקות של בית רבן. מען געט זיי צוקערלעך אַז זיי זאָלן הויך ענטפערן אמן יהא שמיה רבא און זינגן שהשלום שלו און מען פאַרזיכט צו פאַררעכטן אַנדערע שרייפעלעך. דער שרויפנציער אַליין און דער מוטער־שליסל, די פעהיקייטן צו פירערשאַפט, דער פּראַקטישער זייט פון לעבן, דער מאָטיוואַציע צו עררייכן און שטייגן הויך דאָס אַלעס באַהאַלט מען פון די קינדער און בחורים און בעסער אַז מען דערציילט זיי נישט וויאַזוי אונזערע ראָד דרייט זיך ומהיכן ירק זה חי.

ולענינינו, האָט ער צוגעענדיקט ווי אַ באַהאַוונטער בעל דרשן נאָכן אַראָפּברענגן אַ דרשות חתם סופר און אַן ערוגת הבושם, אַז מיר מאַכן אַן אסיפה רבתי צוליב אַ תקנה גדולה פאַר קינדער איז בעסער אַז די קינדער אַליין זאָלן זיך פרי לייגן און די עלטערן און מלמדים וועלן זיי שוין זאָגן אינדערפרי במה דברים אמורים. מיר דאַרפן וויסן אַז קינדער זענען גוט פאַר משניות, בחורים אויף אביי ורבא און אַמאָל אויף אונטערצינדן דער קאַר פון אַ שונא, אָבער דער אמתער תכלית אין לעבן דאָס ליגט סייווי אין תורה. חוץ פון דעם, האָט ער געזאָגט, קוים אַ שידוך דערציילט מען זיי איידער עס ווערט ערנסט איז כּל שכן אויף תקנות און אַנדערע זאָכן וואָס זיי האָבן צייט ווען זיי ווערן עלטער. מיר שעצן שטאַרק דער הבל פי שאין בו חטא און דאָס איז אויף היינט און איצט.

דער בעל דרשן האָט געמוזט קענען אָפּליינען דעם 'היתכן' און 'הא גופא קשיא' אויף אונזער שטערנס ווייל ער האָט מוסיף געווען אַז ביי אונז איז בנין נערים סתירה, זקן מאַכט, זה שקנה חכמה און און חושך שבטו שונא בנו. והראיה אַז ביי הקהל שטייט טף למה באו כדי ליתן שכר למביאיהן, זעט מען ווידער אַז קינדער בעצם האָבן נישט וואָס צו זוכן ביי אסיפות און עס איז גענוג אַז מען וועט מיט זיי זאָגן תהילים און אפשר וועט מען מאַכן אַ הוקאָפּ און מען וועט ברענגן אַ טרופע פון זינגערס און ווען די זינגערס הערן אויף צו זינגן וועלן די רבנים אַריינקומען, די קינדער וועלן זינגן ימים על ימי און נעלם ווערן ווי ביי מזכּיר נשמות.

דער וועד האָט אויף דעם געוועלט פה אחד און אַצינד מוזן מיר גיין געפונען אַ טרופע זינגערס מיט אַ קיבאָרד שפּילער און אַ ילד פלא און אַ משורר בחסד עליון און דאָס וועט אונז געדויערן לכל הפּחות אַ וואָך. איז אויף דערווייל שאַפט אייך א בילעט און הצעות פאַרן בעסטע טרופּע און זינגער קענט איר לאָזן אין פּאָסטקעסטל.

יום ראשון, נובמבר 09, 2014

אם בהמה אם איש – א’

וואָס איך גיי דאָ שרייבן איז למעשה ווערט אַן אסיפה, און נישט סתם אַן אסיפהלע אין אַ חתונה זאַל וווּ מען שלעפּט די נשים צדקניות אַרויס פון קאָך און זיי מוזן געפונען בייביסיטערס און אַ היטש און זיך גאָר אָנטון און אַ חלק פון זיי וועלן זיך אפילו פאַרבן ר"ל. אַז איך קלער אַריין עס איז ווערט פיל מער ווי אַ פּראָסטע אסיפה וואָס פון די מענער פאַרלאַנגט מען אַז זיי זאָלן בלייבן אין דער היים אויפפּאַסן אויף די קינדער און דער קרעכצט אַז ער מוז גיין צום שיעור, דער צו מעריב און דער האָט אַ רעסעפּשן צי אַ בר־מצוה און אַלץ צו הערן דער זעלבער שרייער און קרעכצער און וויינער.

ניין, פאַר דער ענין אשר ישנו פה מוז מען האָבן נישט ווייניקער ווי אַן אסיפה רבתי. אַזוינס וווּ מען שירהט אויס בענקלעך צו קלאָצן אויף אַ גלאָז הינטער וואָס זיצן די אריות שבחבורה, די אמתע מנהיגים פון כּלל ישראל, די נראים ואינם רואים. די צדיקי הדור וואָס היינטצוטאָג איז זייערע גאַנצע קאָפּ פאַרטון מיטן אינטערנעט, און טעלעפאָנען און מיט פרויען קליידונג און אַנדערע דברים שבקדושה אַז קוים האָבן זיי צייט אויף אַ לא תגנוב אָדער אַ לא תחמוד. די רשכבה"גן וואָס באַווייזן זיך יעדער וואָך אין די צייטונגן, איטליך ביי זיין וואָרט, תנאים אָדער פדיון פטר חמור. די קדושים מרחם וואָס אַזוי אָפּגהיטן זענען זייערע אויגן אַז זיי זען נישט ווייטער ווי דער צעטל וואָס דער עסקן הייסט זיי אונטערשרייבן און דער שוואַרצע גלאָז וואָס נאָר הינטער דעם קענען זיי זיך באַווייזן צו די בית יעקב, אלו הנשים. טאָמער וועט חלילה זיין אויף זייערע זייט אַ שפּיגל וועלן זיי זיך מוזן אַליין אָנקוקן אין די אויגן און דאָס קען זיין סכנת נפשות.

נו, קטלא, אַז נישט אויף דעם איז אויף וואָס יאָ? אויסער אינטערנעט איז דען דאָ וואָס צו רעדן, כּלל ישראל איז דאָך בתכלית השלימות? איז אַזוי. מיר האָבן אויך אַ תקנה פאַר כּלל ישראל אָבער אין גאַנצן מיט אַן אַנדערן דרך אין עבודת השם. מיר קומען נישט מיט תקנות פאַר פרויען, כל־שכן נישט פאַר מענער נאָר פאַר די ייִדישע קינדער אַליין, די בני ישראל ממש. די זיסע טייערע נשמהלעך, די משהלעך און רחלעס, די אברהמיס און חניס און די אַלע קליינע באַשעפענישן איבער וועם מען האַלט אין איין מאַכן תקנות, חדשים לבקרים. פאַר חדרים און ישיבות און סעמינאַרן און כוללים און ווער רעדט נאָך פאַר די עלטערן אַליין וואָס זיי זענען דאָך ממש דער אבי אבות. פרעגט נאָר אָן ביי יעדער עסקן וואָס טוט אין דער נושא און זיי וועלן אייך אַלע זאָגן פה אחד אַז עס איז נישט דאָ נאָך אַזאַ פּלאַץ וווּ ייִדישע קינדער ווערן אַזוי קאַליע ווי אין זייערע טמאנער היים.

די מעשה איז אָבער אַז פאַר די קינדער אַליין, די תכלית פון אַלע תכליתן, מאַכט מען עפּעס די ווייניקסטער תקנות. אמת מען לערנט מיט זיי משניות, און זיי פאַרהערן זיך מסכתות, און מען מאַכט פון צייט צו צייט אינטערנאַציאָנאַלע תהילים געזאָגעכצער אָבער אויסער די תהילים הוק־אָפּס איז זייערע טאָג טעגלעך לעבן מער ווייניקער ווי פון די מאַרמאָרישע צייטן. דער וועלט רוקט זיך, מען שאַפט פרישע טעכנאָלאָגיעס, נייע ערפינדונגן, גאונישע פּאַטענעטן, שטריימלעך ווערן העכער, שייטלען לענגער, רבישע קאַרס ברייטער, און אונזערע יידישע קינדערלעך זיצן זיך ווייטער אין די זעלבע שטוקעדיקע צימערלעך, די טישן אויסגעלייגט ווי אַ 'ח' אַז קיינער זאָל זיך פון דער רבי חלילה נישט קענען פאַרשטעקן, שאָקלען זיך איבער די משניות, און טייטשן ווייטער מעשה שבאו בניו של רבן גמליאל מבית המשתה, עס איז געווען אַ מעשה אַז רבן גמליאלס זונען זענען שפּעט אַהיימגעקומען פון אַ חתונה.

איי ביי אַ חתונה דאַווענט מען נישט איין מאָל מעריב נאָר פריש צווישן יעדער געריכט און פאַרן טאַנצן און נאָכן טאַנצן און ווער רעדט נאָך איידער דער מצווה טאַנץ וואָס דאָס איז דאָך דער צייט ווען די נשמות קומען אַראָפּ פון גן־עדן מאַכט מען אַ מעריב הגדול אַז דער חתן אַליין זאָל קענען דערין אַ טייל נעמען בשעת ווען מען פאַרבט איבער דער כלה און מען פאַררעכט איר דער שייטל, און ממילא פאַרוואָס האָבן רבן גמליאלס חשובע צדיקימלעך נישט געקענט לייענען קריאת שמע אין דער לאָבי פון דעם זאַל ביי דער זייט פון דער נטילת ידים פאַס מיט דריי איבערפליסיקע מיסט קאַסטנס פול מיט אָפּגעווישטע טרוקן־פּאַפּיר?

אלא מאי בית המשתה מיינט גאָרנישט אַ חתונה נאָר זיי זענען געגאַנגן קלאָבן ווי עס איז נאָך דער מנהג עד היום הזה און דאָרט פירט מען זיך טאַקע נישט אָפּצושטעלן דער מוזיק אויף א ברכו און אַ קדיש בפרט ווען דער עולם הייבט אויף די הענטעלעך צום הימל און טאַנצט אַ מצווה טאַנץ אָן אַ גאַרטל און דער ניגון איז ניטאַמאָל, תהא השעה הזאת. ממילא איז שוין פאַרענטפערט פאַרוואָס זיי איז נישט אויסגעקומען צו לייענען קריאת שמע. און איי פאַרוואָס טייטשט מען מבית המשתה, פון א חתונה? זאָגט שוין אויף דעם דער משנה, כדי להרחיק את האדם מן העבירה און לשון נקיה דבר הכתוב.

מיר פאַרפאָרן אָבער ווייל מיר האַלטן נאָך ביי די פּיצעלעך בני ישראל מיט דעם הערלעכן צלם־אלקים וואָס בלויז פאַרצוקערטע פאות און שוואַרצן סאַמעטע יאַרמולקעס קענען שאַפן. איז לאָמיר איבערלאָזן דעם רבינס וואָנזע איינגעזאַפּט מיט קאַווע, "מוישי הער דיך שוין אויף צו שפּילן דאָרט, חיים דוד זאָג שוין ווייטער. וווּ האַלטסטו נאָר?" און מיר וועלן זיך צוריק אומקערן צו אונזערע אסיפה.

איז אַזוי. אַז מען גייט מאַכן אַן אסיפה פאַר ייִדישע קינדער איז פאַרשטייט זיך אַז מיר האָבן דאָס דורכגערעדט מיט מחנכים, און מבינים, און פּסיכאָלאָגן למחצה לשליש ולרביע, און זיי זענען מסכּים כאיש אחד אַז דאָס קען זיין אַ גוואַלדיקער תועלת בפרט אַז די עלטערן זענען היינטצוטאָג מפקיר די קינדער און אויסער טענות האָבן זיי נישט וואָס צו זאָגן.

דער שרייט די קינדער זענען צופיל אין חדר און יענער זאָגט אַז מען דאַרף זיי קוים אַרויסלאָזן ערב שבת צו כאַפּן אַ מקווה. די חדרים מאַכן געוואַלדעס אַז ווען מען לאָזט זיי אַוועק מיט אַ שעה צו פרי קלינגן טאַטעס און מאַמעס אַז למה לי בנים, מיר געבן זיך מיט זיי נישט קיין עצה. אַנדערע מאַכן קולות אַז מען זאָל האָבן חדר אפילו אין שבת און אפשר קען מען האָבן קעמפּ אַ גאַנץ יאָר און מען קען די קליינע פגעים אין גאַנצן פטור ווערן אויסער פּסח ווען מען וועט זיי אַהיים לאָזן צו פרעגן די קשיות און באַלד צוריק אין חדר. און דער תירוץ פון עבדים היינו זאָל זיי שוין דער רבי זאָגן. אויף דעם צאָלט מען אים דאָך, ניין?

ווייטער די רביס שרייען אַז די קינדער ווילן נישט לערנען און עס איז שוין נישט ווי אַמאָל און אין דעם זענען די עלטערן גאָר שולדיק. אין דער היים פאַרברענגן זיי אויף קאָמפּיוטער גיימס און אויף זייערע מאַמעס סמאַרטפאָוינס. די עלטערן שרייען צוריק, חלילה! מיר קוקן דער איקס פאַקטאָר בלויז זי אין דער שלאָפצימער און ער אין דער אָפיס און די קינדער ברוך השם לא טעמו טעם חטא. אָבער דאָך רעדן זיך אָפּ די מאַמעס אַז די חברה זענען צוווילדעוועט און יעדער נאַכט רופן זיי די מענער, "ווען קומסטו שוין אַהיים" און ער דאַרף בלויז ענדיקן דער קליפּ און ער קומט שוין.

דאָס איז נאָך די בינונים און פון די פורקי עול רעדן מיר אינגאַנצן נישט. זיי שרייען אַז מען לערנט נישט גענוג ענגליש, און די מה יפיתניקעס רודערן אַז מען שלאָגט צופיל. קעגן זיי מאַכן די צדיקים געוואַלדעס אַז די מלמדים האָבן צו ווייניק יראת שמים, די תלמידי חכמים פאַרפירן אַז די קינדער זענען עם־הארצים, די מאַמעס רעדן זיך אָפּ אַז זיי רעדן ענגליש ווי אויסלענדער, די בעל־הביתישע טאַטעס אַז זיי זענען צו פרום און די קינדער אַליין האָט מען דערווייל פאַרגעסן צו פרעגן.

ממילא מורי ורבותי צו לייזן די אַלע פּראָבלעמען נישט אויף היינט און נישט אויף מאָרגן נאָר לדורי דורות האָבן מיר באַשלאָסן מאַכן אַן אסיפה ופרטים יבואו בעז"ה.

יום שלישי, מרץ 11, 2014

עצרת רגל בפני עצמו

מורי ורבותי!

זייט מיר מוחל מיין פאַרשפּעטיקטן דרשה אויפן אייערנעכטיקן אסיפה אָדער עצרת און ווי די משנה זאָגט שוין אין בין אסיפה לעצרת אלא חמישים רבוא ודברי תורה בלבד. איך האָב געזאָלט זאָגן מיינע פּאָר ווערטער ביים עצרת און איך בין שוין געשטאַנען ביים בלעמער איינגעוויקלט אין אַ טלית מיטן צעטל אין האַנט גרייט איבערצוגעבן דאָס וואָס די שכינה האָט געדאַרפט רעדן מתוך גרוני און מיט אַמאָל דאַכט זיך מיר אַז אַ קאַץ קריכט מיר אויפן האַלץ. איך טאַפּ זיך פון הינטן און איך שפּיר באַלד אַז עס איז דער פּעלץ פון דעם מקבל עול מלכות שמים און דער קאָפּ האָט זיך מיר גענומען שווינדלען מיט שאלות. אַז מען האַלט ביי קרי"ש דאַרף מען וויסן צי מען מעג שואל זיין מפני היראה אָדער משיב מפני הכבוד און ווי איז אַז נחש כרוך על צווארו? אייגנטליך נישט אַ נחש נאָר אַ תחש צי עפּעס אַן אַנדערע קאַץ. בקיצור, אַ גרויסער גיבור בין איך נישט און איך ווייס אַז פון אַזוינע קעץ אַנטלויפט מען ת"ק פרסה.

מיר האָבן באַלד מברר געווען די שאלות ביי די צענדליקע מו"צים וואָס זענען געשטאַנען דערביי. איינער האָט געזאַגט ס'יז אַ שאלה, אַ צווייטער האָט געזאָגט רוף מיך צוריק ביי נאַכט, נאָך איינער האָט געזאָגט אַז לכאורה איז אַ מחלוקת און צום סוף האָט מען מיר געפּסקנט אַז פון קריאת שמע איז מען נישט פטור. האָבן מיר אויך מיטגעשריגן און געווויוועט און געיאָמערט און געהילכט און זיך צוקנייטשט די אויגן און געמאַכט פאַקסן ווי מען זעט בלויז ביי אסיפות און געדונערט אַ שמע ישראל וואָס זייט יעקב אבינו האָט זיך אויפגעזעצט אויף זיין ערש דוי ווען נסתלקה ממנו שכינה מחמת דער חשכות הגלות האָט מען נאָך אַזאַ שמע ישראל נישט געהערט און אי"ה מען וועט נאָך דערפון שטוינען אין די ערב־שבדיקע צייטונגן.

על כל פנים מיר פאַרפאָרן און וווּ האָבן מיר נאָר געהאַלטן? יאָ, אייערנעכטן האָבן מיר נישט געקענט רעדן ווייל ווי מיר האָבן שוין מבאר געווען באריכות אויף טוויטער, אַז אויף אַ פּלאַץ וווּ מען קעמפט פאַר תורה ווערט באַלד אַ הלכה פון מבואות המטונפות און מען טאָר קיין דברי תורה דאָרט נישט אַרויסרעדן. שווער צו וויסן פאַרוואָס. אפשר ווייל די חסידישע רביס מיט זייערע צענדליקע זינען רוקן זיך אָן און מיר ווילן נישט זיין כּלפּי זיי אַ לועג לרש. אפשר ווייל עס איז אַ טרחא דציבורא מיטצושלעפּן גרויסע שווערע גמרות און כאָטש אונזערע דור דעה לערנט פון די אַכט יאָר אַלט בלויז גמרא קענען מיר זיך נאָך אַלץ נישט אַן עצה געבן מיט אַ בלאַט אָן מיסטער שאָטנשטיין. אָדער אפשר גאָר ווייל אַז מען שלעפּט די בחורים אַוועק פון די גמרות מוז מען זיי געבן אַקשן פון הצלה אַמבולאַנסן פאַר די וואָס חלשן פון עגמת נפש אויף די שרעקלעכע גזירות, מתעסקים פאַר די וואָס קומען אום על קידוש השם, שומרים על כל צרה שלא תבא, און עס אויסלאָזן מיט אַ ברוך שם וואָס די מלאכים קענען קוים באַווייזן. נו, אַז מען וועט אָנהייבן מיט דברי תורה וועלן די טויזנטע בחורים וואָס מען האָט געברענגט אָנצופילן די נומערן קרעכצן, "מע, פאַרדעם האָט מען שוין געקענט בלייבן אין ישיבה."

על כּל פּנים האָבן מיר געהאַלטן ביי טוויטער און שוין ווייטער פאַרקריכן מיר. ווי חז"ל זאָגן טאַקע דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר און וואָס מען זאָגט נישט אויף טוויטער איז מען משלים אויפן בלאָג. און טאַקע אייערנעכטן האָבן מיר אויך בייגעלעבט אָט די בחינה אויף אַן אַנדערן אופן. ביי רביס גיסט זיך דאָס עשירות אין פּעלצן און שטילן און קאַרס און פינעף הייזער און וואַקאַציעס פון סאַראַטאָגע ביז פּאַלם ספּרינגס און אַמאָל בדיעבד כאַפּט מער אַריין אַ מיאַמי אויך - מיטן שם פון קפיצת הדרך מאַכט עס אַ קנאַפּן חילוק. אָבער די ראשי ישיבה פאַרמאָגן נעבך קוים אַ היט און אַ פראַק און ווי יעקב און עשו נעמען זיי דער עולם הבא און די צדיקים זענען מעלה דער עולם הזה. קומט אָבער אַן עצרת איז חסד ואמת נפגשו, צדק ושלום נשקו, די עשירים פון מקום אחד און עניים פון מקום אחר טרעפן זיך צאַם און עס ווערט אַ שלימות אמיתי און אַ יחוד העליון ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים כי יד על כס יה מלחמה לה' בעמלק והדברים עתיקים.

איז לאָמיר ממשיך זיין. חז"ל זאָגן אונז שנים שיושבין ואין ביניהם דברי תורה הרי זה מושב ליצים איז פון דעם געדרינגן אַז עשרת אלפים (אַנטשולדיקט, מאה רבבות) שעומדים ואין ביניהם דברי תורה הרי זה מושב רבנים, צדיקים, ראשי ישיבות ואנשי מעשה ווייל ווער נאָך מאַכט דען אָן אַזאַ מושב. אפילו מהרהר זיין אין דברי תורה איז נישט אויסגעהאַלטן מיט אַזויפיל גדולים אויף איין פּלאַץ. און ווי די גמרא פרעגט שויך אויף יעשה עצמו כאלם, אַ מענטש זאָל זיך מאַכן שטום, יכול לדברי תורה, האָבן אונזערע מנהיגים עס פאַרענטפעט: יאָ, טאַקע לדברי תורה וועלן מיר זיך האַלטן דאָס פּיסק. אמת, די תורה איז מגיני ומצלי אויף אַנדערע און פאַרדעם האָט דוד המלך אויף זיין לעצטן שבת געחזרט בלעטער גמרא אַז דער מלאך המוות זאָל אים נישט פאַרכאַפּן. קומט אָבער אַ קאַמף פאַרן תורה אַליין ווערט תיכף ומיד ניטל נאַכט. מען שליסט אַלע ישיבות און כּוללים און מען גייט האָבן פאָן דאָוינטאָוין.

ווייטער קבלת עול מלכות שמים, דאָס איז אינגעאַנצן עפּעס אַנדערש. דער מקבל איז נקי מחשש ציוניזם און מלכות שמים איז סייווי אַ שוואַכער קאָמפּעטישן איז פאַרשטענדליך אַז מען קען מיקל זיין. אָבער תורה, ווער ווייסט וואָס עמעצער קען רחמנא לצלן אַרויסזאָגן בשם דער תורה. האָט עמעצער אַ מושג וואָס פאַר אַ געפערלעכער זאַכן שטייט אין דער תורה? אמוראים טאַנצן מיט שוועסטערס, תנאים פאַרליבן זיך אין נשים, בני ישיבה גיין אָ. טי. די., מען הייסט לערנען אַ פאַך מיט קינדער און נאָך ענלעכע הימל געשרייען, איז וועט מען אויפהאַלטן גרויסע רביס אַז זיי זאָלן שטיין ווי אָקסן און אויסהערן בפירושע כפירה? נאָוי וויי! היה לא תהיה! דרשות זענען גוט פאַר אונז בהמות וואָס לויפן פון אַן אסיפה ביז אַן עצרת אָבער נישט פאַר די קדושי עליון וואָס מאַכן גלגול שלג אין פיטער און זייד.

עולם, מען בעט זיך האַלטן אין די ראַמען. די צדיקים זאָלן מוחל זיין בכבוד קדושתם און זיך אָפּרוקן איינעם פונעם צווייטן ווייל דער עולם קען נישט פאַרטראָגן דאָרט דער היץ און עס איז סכּנות נפשות. די קעץ אויף אייערע פּלייצעס קענען זיך אויך שאַרפן די נעגל און מען וועט חושש זיין אַז אפשר איז די תורה חלילה נישט דרכיה דרכי נועם. מען בעט אויך בכל לשון של בקשה אַז דער עולם זאָל נישט צוגיין צו נאָנט לקיים מה שנאמר במקום גדולים אל תעמוד.

על כּל פנים צוריק צום דרשה, מען האָט טאַקע מעורר געווען צי עס קען נישט זיין אַ שאלה פון ספיקא דיומא און צי היינט מעג מען יאָ רעדן, אָבער אַזויווי מען האָט אונז געבעטן זאָגן אַ פּאָר ווערטער איז נמנו וגמרו אַז דרשות הייסן סייווי נישט תורה און בדרך צחות אויף יום־טוב של גלויות דאַרף מען זיכער נישט מחמיר זיין. האָבן מיר זיך געקלערט אַז מען קען אפשר זאָגן אַז שמיני עצרת רגל בפני עצמו ווייל אַז מען מאַכט איין עצרת נאָכן צווייטן דאַרף מען באַזונדערע פיס דאָס צו קענען פאַרנעמען. פאַרשטייט זיך, אַז מען איז אַ צדיק באַקומט מען אַ בענקל אָדער מען נעמט זיך מיט אַ שטיל ווי עס פּאַסט זיך פאַר כּבוד התורה אויף געדעכטע פיס. און מיט דעם קען מען אויך פאַרטייטשן וואָס מיר זאָגן ביי אשר יצר שאם יפתח אחד מהם, אַז איין גדול וועט זיך אויפמאַכן דאָס מויל צו זאָגן אפילו אַ האַלבער וואָרט איז אי אפשר להתקיים ולעמוד לפניך אפילו שעה אחת און אויס דער גאַנצער אסיפה.

און לפי דעם קען מען אויך פאַרשטיין בעסער פּשט פאַרוואָס ביי קבלת התורה האָבן די יייִדן געבעטן משה רבינו דבר אתה עמנו ונשמעה ואל ידבר עמנו אלקים בן נמות. איז דאָך ידוע די קשיא ווי קען זיין אַז כּלל ישראל האָבן נישט געוואָלט אויסהאָרכן גאָט אַליין. נאָר וואָס דען, לויט וואָס מיר האָבן פריער געזאָגט איז שיין פאַרענטפערט.

ווייל פאַר קבלת התורה זענען געווען פּלאַקאַטן, אל תגשו אל אשה, און צעטלעך פון אם בהמה אם איש לא יחיה, און באָסעס זענען געפאָרן אין מדבר אַריין און דער עולם האָט געמיינט אַז עס וועט זיין אַ מצב. מען וועט רעדן פון צניעות און אויסמשלען בטוב טעם ווי אַ פרוי טאָר נישט אויסזען, פון וועלכער פאַרבּ זי זאָל זיך פאַרמיידן, אויסמעסטן ווען שמאָל פון אויבן הייבט אָן הייסן ברייט און ווען לאַנג פון אונטן הייבט אָן ווערן קורץ, שילדערן דער שניט פון אַ כשרע שייטל און דער דיק פון אויסגעהאַלטענע שטרימפּ. דער עולם איז גקומען אין די מאַסן, מייקס האָבן געדונערט, פאָטאָגראַפירער האָבן געבליצט און עס האָט אויסגעזען דער סאָרט קידוש השם וואָס ברענגט אָן קעפּלעך פון קידוש לבנה אותיות אין צייטונגן און וועבזייטלעך וואָס זענען אסור בתכלית האיסור.

קומט אָבער למעשה און עס רוקט זיך אָן דער כביכול, ער לאָזט זיך אַראָפּ אויפן באַרג מיט זיין פּמליא און מען וואַרט שוין ער זאָל קנאַקן ווי אַ וואַקסמאַן גייט ער און ער הייבט אָן מיט אַן אנכי און לא יהיה לך און אַנדערע נאַרישקייטן. זאָג נאָר, ביסט אויפן קאָפּ געפאַלן? לא תשא און לא תגנוב? וואָס ליגנט טאָר מען שוין אויך נישט זאָגן? און אַ גנבהלע איז אסור? אפילו אַז אַנדערש קען מען נישט צאָלן געהאַלט פאַר מלמדים און מגידי שיעורים? און וואָס איז אַז אַ ייד דאַרף פּרנסה? זאָג נאָר אַזאַ צדיק ביסטו? דו צאָלסט דיינע שטייערן ביזן לעצטער פּעני? איז חיש נישט אין קאָפּ. באַשעפער טייערער, פּליז וואָס דו טוסט דאָרט אויבן איז דיין ביזנעס אָבער דאָ אונטן, צווישן מיר און דיר, איט סאָקס ביג טיים. איז זיי אַזוי גוט און שיק אַראָפּ רבי ר' משהלע און זאָל ער זאָגן אַ פּאָר ווערטער. ער וועט שוין וויסן וואָס צו זאָגן און ווען צו שווייגן.

ולענינינו איז ראַטזאַם אַז יעדער זאָל שטיין אין זיין מחיצה אָן אַן אויבן אָן און אויסזאָגן די קאַפּיטלעך און חלילה קיין וואָרט נישט אויסרעדן. ווייל נאָר שוואַרצע דאַרפן האָבן אַ בעל דרשן וואָס קען רעדן פאַר אַ מיליאָן מענטשן און זאָגן חלום חלמתי און אויפרודערן דערמיט אַ וועלט. ביי אונז אָבער וואָס עס שטייט אין כוחם אלא בפה האָט עס צוגעגנבעט דער פּי האתון און מאַקסימום קענען מיר זיך ערלויבן אַ ברוך שם פון אַ בייזער צדיק מיט אָנגעבלאָזענע נאָזלכער, אַ ביסל תהילים פון אַ זויערער רבי און דער פעל פון פיפצן קעץ. אָבער חלילה נישט קיין הענטשקעס ווייל גזירה שווה שאו ידיכם קודש און ידיכם דמים מלאו און בלוט וואַרעמט אַלע איברים. און דרך אגב ווען מען מאַכט ברוך חכם הרזים בעט מעם אַז דער עולם זאָל אינזין האָבן צו פטרן אויך די חכמי כעלעם.

מורי ורבותי! ואָס מיר דאַרפן זיך פון דאָ אַוועקנעמען איז אַז טאָמער אָפערירט מען אַ בן־ישיבה אַ דזאַב זאָל ער שוין צוריקלויפן צום ליל שישי טעלער און פאָרן פון ראַדאָמסק ביז ליזענסק און פון מעזביז קיין אומאַן און זיך אַריינכאַפּן קיין באַרדיטשוב אונטערוועגנס און אַלעס ווערט גערעכנט פאַר תורה. און אַז כאַפּערס קומען אייך נעמען אין מיליטער זאָלט איר זאָגן אַז איר זענט אַן עילוי. אייער עלטער־עלטער זיידע האָט געכאַפּט קאַנטאָניסטן פאַרן צאַר ניקאָליי בכדי מען זאָל נישט אָפּשמדן זיינע קינדער איז כּל שכּן אין אַ יידישער מדינה קען מען כאַפּן אַ פּאָר פרענקעלעך אַז גאָטס געוווּנטשענע בנש"קלעך זאָלן ווייטער קענען עומד זיין בג' שעות.

און אַז איר זענט נישט אַן עילוי און איר האָט נאָך נישט אָפּגעפרעגט אַ ר' עקיבא אייגר קענט איר זאָגן אלו דברים שאין להם שיעור און די עם־הארצים וועלן מיינען אַז מען איז מגלה רזא דרזין. און טאָמער זענט איר אויך אַ בנש"ק איז אויסער דער זכות פון אייערע זיידעס וואָס מיען זיך פאַר אייך דאָרט אויבן קענט איר דאָך אוודאי דעם זיידנס שלש־סעודות תורות און מלוה־מלכה מעשהלעך ישר והפוך איז זענט איר אַ פאַרטיקן עילוי. און דער זכות פון מעביר סדרה זיין וועט מעביר זיין דעם ממשלת זדון מן הארץ און די טמאנע סמאַרטפאָוינס וועלן קלינגן צו אנו משכּימים והם משכימים. מיר שטיין אויף צו אַ וואַרעמע מקווה און אַ הייסע קאַווע און זיי שלמזלנים דאַרפן זיך אויסמושטירן ווייל אפילו כל ישראל חלק קענען זיי נישט אויף אויסנווייניק. און זיי שוטים מיינען נאָך אַז מען שיצט אויף אַ מדינה בחרב ובקשת און ווילן נישט וויסן אַז אַלעס באַשטייט בזכות פון נ"ט בר נ"ט, מיגו און ברירה.

זייט מיר מוחל, מיר האַלטן איצט פאַר פּורים ווען מרדכי האָט געזאָגט לך כנוס את כל היהודים מילא איז אַ ראיה אַז איצט איז אַ זמן וואָס איז גאָר שטאַרק מסוגל אויף עצרתן. אַמאָל האָט מען געדאַרפט עשרה בטלנים אָבער היינט איז גענוג עשרה פועלים ווייל מען דאַרף דאָך אַן עולם אויף אסיפות. ממילא דער עולם חלשט צוריק צו לויפן צו די גמרות און איך וויל קיינעם חלילה נישט אויפהאַלטן. איז זאָגט אייך אָפּ זיבן מאָל ה' הוא האלקים און גייט זעט אויף יו־טיוב וויפיל היטס דער שמע ישראל האָט באַקומען. באַוווּנדערט דעם היסטאָרישן קידוש השם וואָס איר האָט זוכה געווען צו דערלעבן און לכבוד פורים פאַרגעסט למען השם נישט דאָס קאָנווערטל.

אַ פרייליכן פּורים!

יום חמישי, ינואר 30, 2014

משיב הרוח

בלאָויאינג אין דע ווינד, פון שבתי זיסל צימערמאַן (א.ב.וו. בּאָבּ דילען)
אַן איבערזעצונג

וויפל שטראָזן מוז שפּאַצירן אַ מאַן
איידער ער גייט אויף אַ גאַנג?
יאָ און וויפל ימים מוז אַ ווייסע טויב פליען
איידער זי שלאָפט אין דער זאַמד?
יאָ, און וויפל מאָל מוזן קאַנאָן באַלן פליען
צו פאַרבאָטן אויף אַן אייביקער זמן?
די ענטפער מיין פריינד עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט
די ענטפער עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט.

וויפל יאָרן קען אַ באַרג עקזיסטירן
פאַר ס'שווענקט זיך אין ים אויסגעשפּרייט?
יאָ, און וויפל יאָרן קען אַ פאָלק עקזיסטירן
פאַר מ'ערלויבט זיי צו ווערן באַפרייט?
יאָ, און וויפל מאָל קען אַ מענטש באַגראָבן זיין קאָפּ
ווי ער זעט נישט אויף נאָנט און אויף ווייט?
די ענטפער מיין פריינד עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט
די ענטפער עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט.

וויפל מאָל מוז אַ מענטש קוקן אַרויף
איידער ער זעט פון דעם הימל דער שיין?
יאָ, און וויפל אוירן מוז איין מענטש פאַרמאָגן
איידער ער דערהערט אַ געוויין?
יאָ, און וויפל טויטע ביז ווי לאַנג אַז ער ווייסט
אַז צו פיל אויפהערן צו זיין?
די ענטפער מיין פריינד עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט
די ענטפער עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט.

(לכבוד שבת ראש חודש אדר א' תשע"ד)

יום שלישי, ינואר 21, 2014

חלום חלמתי

לכבוד מ.ל.ק. טאָג (ספיקא דיומא)

ס'אָט זיך דיר געחלומט?
לייג דיך צוריק שלאָפן
אין דער טראַכט פון אומטראַכט
דער דאָכענע איז לייכט
אומגעפלויגענע פעדערן
שושקן נישט קיין סודות

קענסט נישט איינשלאָפן?
אַ קאָשמאַר האָסטו געהאַט
מיט קולי קולות פון דער נאַכט?
ווילדע חיות בייסן בלויז
מיט אָפענע אויגן קענסטו זען
חלילה אַ רפואה אָן אַ מכה

שוין ווידער חלומט זיך דיר?
אַ לייטער לויפט אין הימל?
קריך גאָר הויך
וועט זיך קראַכן אַ מחיה
פאַרשמיר נאָר נישט דער קאַפּעליטש
ביי די וואָלקנס אין דעם נעפּל

הנה ימים באים
זעט ער זיך אין טרוים
אַן אַקער דערגרייכט אַ שניט
מכות יאָגן דאָס טויט
פאַרסמן ביז מען דערשטיקט
קרענקן ביז מען פגרט
נחת ביז מען פּלאַצט
חלומות ווי לאַנג מען שלאָפט

נאָך אַלץ ווילסטו חלומען?
נישט גענוג געשלאָפן?
קוק דיר דאָרט אויפן האָרלויזן קאָפּ
ליגט מיט אַ הפסק פון אַן אמה
און אַ טרוימיק בילד מיט אַ כלה קרוין
איינגעהילט חלומט זי אין אַ זאַק
אָן אַ סימן פון אַ חזה ושוק
נאַסע חלומות וועט זי דיר געבן
מיט נעגל וואַסער אָנגעגאָסן

אָבער נישקשה ס'יז אַ חלום
דער געגאָלטער בעל חלומות
קען אין גריב דיר כאַפּן שטערן
מיט דריי קאָרבן עקדישן
די קליידער האָט ער זיך געטוישט
דער בעסערער מענטש
זעצט ווי אַ בעקער
און אַ גאַנצער מבין ווערט ער מיר
אויף פרנסה פאַרן עולם
נאָך פאַנטאַזירן מיט אַ שיכור אין אַ באַר

טרונקן קען מען נישט?
וועט זיין טרוקענע חלומות
מיט פרעסנדיקע פעטע קיען
און שלינגן שיריים זאַנגן
פון אָנגעשטאָפּטע גראָבע אָקסן

שוין צייט אויף מודה אני פאַרן האָן
טרוימען האָט אויך אַ שיעור
פון קשיות שטאַרבט מען נישט
פון אַ חלום לעבט מען נישט
המפּיל זאָג און דריי גוט אויס דאָס ליכט
אַ גוטע נאַכט
שלאָף געקרענקטערהייט