יום ראשון, מרץ 31, 2013

האיש מקדש ה' – קול קורא

מיר האָבן ברוך השם נייעס צו דערציילן. נאָך נישט אַ מזל טוב, ווייט דערפון, אָבער נייעס איז אַלץ דאָ. וואָס איז, פרעגט איר, אַ שדכן האָט גערופן און איך רעד דאָ פון אַ שדכן בשם המפורש. נישט אַזאַ סאָרט שדכן, אַ שוועסטערקינד וואָס האָט געזען מיין זין ביים באַבע און האַט דערציילט פאַר זיין פרוי וואָס האָט דערציילט פאַר איר מאַמע וואָס האָט גערעדט מיטן שכנטע וועם איז איינגעפאַלן אַז זי האָט אַ גוטע זאַך. איך רעד דאָ פון אַן אמתן שדכן, אַ יונגערמאַן אין די צוואָנציקער יאָרן וואָס האָט זיך דערין אַריינגעלייגט פראָפעשענעלי און האָט שוין אויסגעפירט אַ שיינע פּאָר שידוכים און טאַקע אַזאַ סאָרט האָט מיר גערופן בכבודו ובעצמו עפּעס פאָרצושלאָגן.

עס איז שווער צו וויסן פאַרוואָס אַ יונגערמאַן זוכט זיך דווקא אַזאַ פּרנסה. עס איז דאָ פון זיי וואָס זענען אַליין געווען אַלטע בחורים און בשעת ווען זיי האָבן געשמאַכט אין דער טורמע פון עלנטקייט צוקוקנדיק ווי יעדער ראָצער באַקומט זיך זיין אייגן שטריימל און ווייבל און ביי אים וואַקסט צו דאָס בערדל און ער מיז וווינען מיט די עלטערן און פאַרליידן זיינע געשוויסטער האָט ער געמאַכט אַ נדר אַז אם יהיה אלקים עמדי ונתן לי לחם לאכול, און איר ווייסט דאָך שוין וואָס הייסט לחם (עיין אשת פּוטיפר), וועט ער מאַכן אַ סוף צו דער שידוכים קריזיס. און אַז גאָט העלפט און ער האָט שוין היינט אַן אשת חיל מיט אויגן אויפן צווייטער זייט מחיצה איז שוין דריי פערטל שידוך ערלעדיגט.

נאָך מען האָט געטראָפן אַ בחור ובתולה וואָס מער ווייניקער קלאַפּן די משפּחות דאַרף מען סך־הכּל די עלטערן זאָלן מסכּים זיין אַז דער בחור און די מיידל זאָלן זיך טרעפן און פון דאָרט פאָרט עס שוין. בפרט אַז מען האָט שכל און מען גרייט אָן אַ טאָרט און בראָנפן שטאָמפּלעך און אַביסל שליוואָוויץ אין דער זייט, און מען זאָגט אָן די זיידעס און באַבעס, פעטערס און מימעס, בעסט פרענדס און גאָר נאָנטע שכינים אַז היו נכונים לזייגער עלעף איז דאָך אָפּגערעדט אַז דער שידוך וועט זיך שליסן. און אַז דער חתן דינן אָדער בתולתא דא צווייפלען זאָגט מען זיי אַז דער עולם וואַרט שוין אינדערויסן און באַבי אַנד זיידי וויל בי סאָוי האַפּי און אַלע ספיקות ווערן צושמאָלצן אין דער היץ פון די פילע לעמפּ אויף דער קריסטאַלע לוסטרע וואָס מען האָט שוין אָנגצינדן לכּבוד דער שמחה.

ווייטער זענען דאָ אַנדערע שדכנים וואָס זענען סתּם כּולל יונגעלייט אָדער מלמדים און עס פאַלט זיי איין אַ פיינער זאַך איז פאַרוואָס נישט. שטייט פון צדיקים אַז שדכנות געלט איז גאָר כּשר געלט און דער איי.אַר.עס פאַרשטייט אינגאַנצן נישט צו יידישע געשעפטן ממילא איז חל אין שדכנות געלט אַ געוואַלדיקע סימן ברכה און ווער רעדט נאָך אַז יעדער צד צאָלט אַ טויזנטע איז דאָך די ברכה עד בלי די. אַ כּולל יונגערמאַן און אַ מלמד איז בכלל זייער פעהיק צוצוטרעפן אַ גוטער שידוך היות ער דאַרף נאָר פרעגן נאָך אַ יונגערמאַן ביים צווייטן טיש אָדער אַ מלמד אין דעם שטאַב שטיב ביים הפסקה און באַלד האָט ער תירוצים אויף אַלעס פון דער ייחוס פון די זיידעס, דער באַשעפטיקונג פון די טאַטעס, די קליידונג פון די מאַמעס, דער יראת שמים פונעם בחור און דער אַפּל שטרודל פונעם זאַך אַליין.

צו וועלכע פון די מיין שדכן געהער ווייס איך נישט. איך האָב אָבער באַלד געזען אַז צום געשעפט טויג ער כזקן ורגיל. ומעשה שהיה כך היה. איין שיינעם טאג שטיי איך אין א דרוקעריי. ארומגענומען בין איך מיט איינלאַדענונגס קארטלעך צו בר־מצווהס און חתונות, בענטשעלעך מיט שבע ברכות, תפילות לזיווג הגון, ליקוטים לעניני שלום בית, שנאָרער בריוולעך און בראָשורן פאַר מלווה מלכהס, און מיטאַמאָל קלינגט מיר דער צעל. איך צי עס מיר אַרויס פון קעשענע, איך געב אַ קוק אויפן נומער און איך דערקען עס נישט. דער רופער איז נישט פון מיינע קאָנטאַקטן און איך ערוואַרט נישט פון קיינעם אַז מען זאָל מיר רופן.

דעם אמת געזאָגט רופט מען מיר נישט אַסאַך און איך רוף נאָך ווייניקער. ענטפער איך "האַלאָוי" מיט אַ צענטל כבדהו און דריי פערטל חשדהו. יענער לעבט אָבער.

"דאָס איז קטלא?"

"יאָ, עס איז קטלא."

איר ווייסט אויף יידיש ענטפערט מען נישט ווי די בעסערע גויים, איט איז אײַ, דאָס בין איך. ביי אונז חסידים האָט עס אַ טאָן פון גאווה. דאָס בין איך? ווער מיינסט דו דו ביסט? אויך מיר אַן איך. דער באַשעפער זאָגט אני אני הוא און מיר ווייסן וואָס האָט פּאַסירט מיט שמואל הנביא נאָך ער האָט זיך גערימט, אני הרואה. ביי אַ חסיד ליגט נאָך אויך אויפן נשמה דעם רבישן טייטש פון היסתר איך במסתרים ואני, לא אראנו נאם ה'. ממילא מיר גיין נישט בקומה זקופה זאָגן עס איז איך נאָר אַז מען פרעגט דער בעל דבר צי דאָס איז ער איז מען ערשט בודק צי עס איז נישט אַ באַאַמטע און פאַרוואָס ער דאַרף דאָס וויסן. און אויב אַ ייד פרעגט ענטפערט מען מיט אַ בטלנישן שמייכל, יאָ, מהיכי תיתי, הודו לשם דאָס זענען מיר.

"אָ, איך בין משה פינקלשטיין און איך בין אַ שדכן."

די זיווג הגונס און שלום בית קונטרסים האָבן שוין גאָרנישט געמיינט. קטלא איז שוין אַ מענטש צום טיש. מען רעדט אים שוין שידוכים. רבותי, שוין נישט דער זעלבער קטלא. ער שטייט שוין ביים שוועל פון מחותנשאַפט און מען דאַרף זיך שוין צומאַכן דאָס אויבערשטער קנעפּל.

אַכּלל, ער וויל וויסן צי איך האַלט שוין ביי שידוכים ווייל ער וויל מיר רעדן א שידוך. עס האָט מיר גענומען אַביסל זיך צו כאַפּן דעם אָטעם. אומגעראָכטן און נישט געגרייט רעד איך דאָ פּה־אל־פּה מיט אַן אָטענטישן שדכן צום ערשטן מאָל און צו דעם דאַרף מען דאָך עטוואָס יישוב הדעת. זאָג איך אים אַז איך בין נישט אינטערסירט לכל הפּחות אויף אַכצן חודשים. דאָ האָב איך אים געגעבן עפּעס זיך אָנצוכאַפּן און דער שדכן האָט געוויזן ווי ער ליגט שוין אין דעם פאַך זייט דעם תוספת יו"ט ולמעלה בקודש.

"אַהאַ, ער דאַרף נאָך ווערן אַ למדן," זאָגט ער מיר. "ער וויל נאָך צוענדיקן אַפּאָר מסכתות איידער ער גייט אונטער דער חופה."

כאָטש זיין פנים האָב איך נישט געזען האָב איך געקענט הערן דאָס שמייכל אין זיין קול בעסער ווי ווען ער שטייט מיט מיר אין פּאָליש אין שיל און שושקעט מיר אַריין הינטער אַ פאַרשטעלטן טלית. אָנגעפער ווי אַ בעל־הבית פון אַ שטח וווּ מען קען בויען אַ חתונה זאַל אויפן ערשטן שטאָק, אַכט דויפּלעקסן העכער דעם מיט אַ פּאַרקינג לאָט פון אונטן וואָס מען טראָגט אים אָן אַ קונה און ווען ער זאָגט ער איז נישט גרייט צו פאַרקויפן פרעגט אים דער מעקלער מיט אַ שמייכל אויפן פילן ברייט פון זיין פּנים, "אַהאַ, איר האָפט עס ווערט דאָרט נאָך שפּראָצן קרויט און איגערקעס." אַזאַ שמייכל איז מיר באַפאַלן דורך די דראָטן. כּאילו, דו אכזר איינער, גיי כאַפּ וואָס מען גיט דיר און זיי צופרידן דיין זין זאָל קענען שפּאַצירן מיט אַ טלית באַרטל וואָס קען גאָר זיין חייב במזוזה.

די שמועס איז געווען אַרום חנוכּה און דער שדכן נאָך זיך האָבן אויסגעווערטלט לאָזט אויס אַז ער וועט מיך רופן נאָך פּסח, כּלומר אַ שדכנותדיקע אַכצן חודשים. קוים אַראָפּ געלייגט און איך רוף מיין באַלעבאָסטע אַז דער טעלעפאָן האָט שוין געקלינגן. די שוועגערן האָט אַריינגעשריגן אַז איך בין משוגע נישט צו פרעגן מיט וועם, דעם בחור שמקעט עס נישט אַז דער שדכן האַלט אים פאַר איינס פון יענע סאָרטן וואָס ווערן חתנים נאָך איידער זענען ראוי לביאה און איך קוועל אַז סיי יענער האָט גערופן און סיי מען האָט אים דערלאַנגט אַ שנעל אין דער נאָז.

מיינט איר אַז ביי דעם האָט זיך עס געענדיקט. מיט אַ פּאָר וואָכן שפּעטער רעד איך מיט מיין שוועסטער און זי פרעגט מיר צי משה פינקלשטיין האָט גערופן.

"פון וווּ ווייסטו?" פרעג איך.

"וואָס הייסט פון וווּ? ער האָט מיר גערופן פאַר דיין נאָמבער. "און וואָס האַלטסט דו?" וויל זי וויסן.

ענטפער איך אַז איך ווייס נישט ווייל איך האָב נישט געפרעגט.

"אַאַאַ" זאָגט זי, "דו ווייסט נישט? וועל איך דיר זאָגן. מיט ע. ר."

זי האָט שוין געוווּסט וועם דער שדכן האָט אינזינען געהאַט, ווי גוט עס איז, וואָס די חסרונות זענען און מער ווי אַלעס האָט זיך אויך געוווּסט איבער דער סחורה אַליין.

איך מיז זאָגן אַז דער נאָמען אַליין איז מיר געפעלן. אַנדערע וועלן זאָגן אַז די משפּחה האָט פאַרשידענע פעלערס און דערצו איז דאָ אַ ריח פון געלט וואָס איז געווען און פאַרשווינדן כאָטש נישט אינגאַנצן אַ יורד מנכסיו. ביי מיר איז אָבער גענוג צו זען וווּ זיי טאַפּן ווייל סייווי איז עס נישט נוגע למעשה איז לאָמיך כאָטש וויסן אין וועלכן קאַטערגאָריע די שדכנים שטעלן מיר. און ביי דעם בין איך נישט געווען אַנטוישט.

דערווייל איז שוין ערב שביעי של פּסח און דער שדכן האָט זיך נאָך נישט געמאָלדן. איז דאָך אָבער קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף און ווער ווייסט, ער קען נאָך אָנקומען איידער דער חמץ פון דעם תנור שלישי.