יום שלישי, אוגוסט 09, 2011

הילד איננו

מענטשן בעטן מיר שרייבן אַפּאָר ווערטער וועל איך שרייבן, באַשולדיקט מיר נאָר נישט אַז עס איז נישט וואָס איר ווילט הערן. איר וועט מיר מיזן מוחל זיין אָבער איך ווייס נישט מיט וועלכן מלאך לייבי שפּילט זיך, דער טיפקייט פון די טייכן פון די טרערן און די פאָרעם פון דאָס בעכערל וווּ דער אייבישטער זאַמלט זיי איין. איך בין אויך נישט אַ זינגער אָדער אַ פאַרפּאַסער וועט איר נישט דאַרפן מקיאנען איבער ליריקס און קרעכצן מיט יענער־וועלטישע עפעקטן. די בדחנים איז נישט גענוג אַז זיי האָבן געמאַכט פון חתונות קליינע לוויות אַצינד דאַרפן זיי אויך מאַכן בדחנות פון אַ גרויזאַמען מערדער. און צו דעם וועם מען באַטיטלט דער יידישער עלוויס זאָג איך נעם דיר דיין ניגונדל און 'ריטערן טו סענדער'.

אמת עס איז דאָ אַן עירוב פּרשיות און מען האָט אונז פאַרדרייט די יוצרות. אַ יינגל וואָס האָט נישט מער געוואָלט ווי אַהיים גיין פון חדר איז נעלם און דערמעדערט און אַ ייד וואָס אין אַן אַנדערן מצב וואָלט מען געלויבט דעם וואָס רופט אים אַהיים אויף אַ שבת סעודה איז דוקא דער באַשולדיקטן רוצח. מיר זענען נישט געוווינט נישט צו אַזעלכע רוצחים און נישט צו אַזוינע קרבנות. עס שוידערט אויף אַז עלה המוות בחלוננו, אַז די סאָרט מעשות וואָס מיר האָבן זיך איינגערעדט קענען ביי אונז נישט פּאַסירן ווייל 'יידן טון נישט אַזעלכע זאַכן' איז שוין ביי אונז אויך אַ מעשה שהיה. ווי די פּרטים זענען קלאָרער געוואָרן איז געוואַקסן דער שאָק און דער אומגלויבליכקייט. איך האָב אַליין אַ יינגל אין די יאָרן און דער פאָטער אין מיר טרויערט פאַרן קינד וואָס קומט מער נישט אַהיים און פאַר די עלטערן און געשוויסטער וואָס וועלן אים מער נישט זען. עס דערציטערט זיך פאָרצושטעלן דער פחד און פּאַניק פון דעם יינגל אין זיינע לעצטע שעות נישט וועלנדיק עפּעס אַנדערש ווי די פעסטע אָרעם פון זיינע עלטערן און די וואַרעמע ווענט פון זיין היים.

יעדער קולטור האָט מיטלן און אַ גאַנג וואָס צו טון אין אַזוינע זמנים אויף זיך אַרויסצוגעבן. מען באַשטעלט בלומען אויפן לוייה, אַז עס איז אַ קינד ברענגט מען בערעלעך אָדער אַנדערע שפּילצייג, מען מאַכט אַ ציון אויפן פּלאַץ פונעם פאַרברעך אָדער עקסידענט און מען שרייבט צעטלעך און קוויטלעך, מען ברענגט אַהין בלומען און מען צינדט דאָרט ליכט. מענטשן קומען אויך צו זיין מיט אַנדערע און בלויז שטיין שטיל מיט זייערע מחשבות. נאָך אַ צייט הייבט מען אָן רעדן פון אַ דענקמאָל אָדער זאַמלן פאַר אַ קרן צדקה וכדומה. אַז עס איז דאָ וואָס מתקן צו זיין הייבן זיך אָן קאַמפּיינס אויף אַ מעגאַנס געזעץ, אויף אַ דזעסיקע געזעץ, אויף אַ פאָרשונג, אויף גערעכטיקייט צו כאַפּן און אָפּמשפּטן דעם רוצח, אויף נייע פאָרסיגנאַלן אויפן פּלאַץ פון אַ עקסידענט. אַעיקר עפּעס אויפצוטון צו פאַרזוכן אַז אַזאַ זאַך זאָל נישט ווידער פּאַסירן און אַז עפּעס גוטס זאָל דערפון אַרויסקומען.

דערצו ווען עס באַפאַלט פאַר אַ קהלה אָדער אַ מדינה אַ שוידערעלעכע טראַגעדיע ווי 11\9 צי לעצטענס אין נאָרוועגיע האַלט מען דערצו אַ מינוט שטילקייט און אַזוי אַרום סיי מען פאַראייניקט מען די באַפעלקערונג, סיי מען געדענקט און מען איז מכבד די קרבנות און סיי איז מען אַזוי מקדיש אַ זמן אויף זיך מתבונן צו זיין אין דער גרייס פון אַן אַקט וואָס מען קען נישט פאַרנעמען מיט ווערטער אָדער מעשים. אין אַזאַ צייט קוקן מענטשן אויך צו זייערע פירער, פּאָליטישע ווי אויך רעליגעזע, אַז זיי זאָלן עפּעס זאָגן. נישט גרויסע סודות און נישט טיפע געדאַנקן נאָר פּשוטע, איינפאַכע ווערטער צו טרייסטן און פאַרזיכן אַריינברענגן עפּעס זינען אין אַזאַ אומזינינקייט. מיר טרוירן אָבער מיר מיזן זיך אויך מחזק זיין און זיכער מאַכן אַז דער אינצידענט איז נישט געווען לריק ולבהלה.

מיר ייִדן האָבן אויך אייגענע מנהגים אין אבלות סיי פאַרן יחיד און סיי פאַרן רבים. מיר טרוירן שוין צויי טויזנט יאָר איבערן חורבן און אין אונזערע לאַנגע ביטערע גלות זענען מיר אַריבער קאַלטס און וואַרעמס און מיר זענען באַהאַווענט מיט אַ שבת חזון מיט אַ מגלת איכה און אַנדערע סימני אבלות. פאַרן יחיד האָבן מיר אויך פון שבעה ביז קדיש, יאָרצייטן און מזכיר נשמות אַ זאַק מיט הלכות, מנהגים, נוסחאות און תפלות אויף טרוירן און געדענקן. פאַרשטייט זיך אַז אין דעם לייגן מיר אויך אַריין אונזערע יידישקייט און מען לויפט פרעגן אַזויפיל שאלות אַז כּמעט מען פאַרגעסט פאַרוואָס מען פרעגט און אַז מתו מוטל לפניו. רוב מאָל זענען מיר זיך אָבער מיט דעם מחזק און סיי מיר און סיי די וואָס קומען אונז טרייסטן געפונען אין אונזערע אור־אַלטע טראַדיציעס אַ היים און אַן אויסשפּרעך פאַר אונזערע געפילן.

מאַכט זיך אָבער אָמאַל אַן אויסטערלישן אינצידענט, אַ פאַרברעך ווי אַצינד וואָס זעט אויס שלא כּדרך הטבע און מיר שפּירן אַז עפּעס פעלט. מיר האָבן נישט אַ מסורה איבער די זאַכן. דאָס צו וואָס מיר זענען געוווינט איז צו ווייניק און מיר האָבן נישט אַ וועג ווייזער וויאַזוי זיך צו באַנעמען אין אַזוינע זמנים. דער שוואַרצער ארון איז צו ערנסט פאַר אַ קינד וואָס האָט נאָך אָנגעטון קאָלירטע קליידער. דער צוגעדעקטער שפּיגל קען נישט באַהאַלטן דער לאָך פון אַ קינדס קול און אַ בחנטע פּנים וואָס איז מער נישט דאָ און דער קריעה קלייד איז צו אַ שוואַכער מעטאָפאָר פאַר דער ריס וואָס וועט זיך קיינמאָל נישט צונייען.

אַז עס פּאַסירט ווי דאָ אַז אַ אַ קינד איז ברוטאַליש דעמערדערט געוואָרן דורך אַן אונזערער ווערן מיר אינגאַנצן פאַרלוירן. כּעס מישט זיך מיט רחמנות, טרערן מישן זיך מיט בלוט, נקמה מישט זיך מיט דערבאַרמקייט און מדת הדין און מדת הרחמים זענען משמש בערבוביא. כאָטש דאָס איז נאַטירליך און מען זעט עס איבעראַל פעלט אונז אָבער סיי די פירער און סיי די ווערטער צו פאָרמירן די געפילן. איין מספּיד האָט געזאָגט ווי ווויל ער האָט געפאָלגט און אַ צווייטער ווי פיין ער האָט געלערנט כּאילו דאָס איז זיין סך הכּל. און אויסער דעם פּסוקים מיט וווּנטשעוואַניעס. דערצו וואַקסט אַ פּחד און אַ וואָרט שכל וואָס איז נישט באַגלייט מיט אַמערס טרערן און זיפצן איז אַ בושה אַרוסצוזאָגן און קוים דערלויבט מען זיך צו טראַכטן. מיר האָבן מורא עפּעס צו טון אָן אַ הכשר פון רבנים און רבנים האָבן מורא עפּעס צו זאָגן וואָס זיי האָבן נישט געזען אין אַ ספר. ווייל אַז מיר לעבן אין אַ וועלט ווי אַלעס איז אָדער אַ מצוה אָדער אַן עברה איז וואָס איז שפּילן מיט לעגאָוי? און אויף דעם קלאָגן מיר. אַז נישט נאָר הילד איננו נאָר אויך הילדות איננו. מיר טאָרן אים נישט געדענקן ווי אַ קינד און אויך דערפון לערנען ווי אונז ערוואַקסענע דאַרפן זיך באַנעמען צו קינדער נאָר מיר דאַרפן אים אָנקוקן ווי אַ צוקונפטיקער חסידישער ייד און די תקנה איז אַז מיר זאָלן העכער שרייען יהא שמיה רבא.

*

גבולות חלק ה' בעולמו און אונז האָט ער איינגעצוימט מיט תרי"ג מצוות און אַ שולחן ערוך מיט נושא כּלים. ער האָט אונז אָבער אויך געגעבן אַ נחלה בלי מצרים און ווען אונזערע צוים ווערט אויפגעבראָכן ווייסן מיר נישט פון פּראָפּאָרציע. ראשית־כּל דאַרפן מיר עפּעס טון. אונזער לעבנס שטייגער איז געבויעט אויף דעם אַז ניין מיינט נישט ניין. אַלץ קינד האָבן מיר געלערנט אַז ווען משה רבינו נאָך זיינע תקט"ו תפלות, כמנין ואתחנן, וואָלט געזאָגט מיט איין תפלה מער וואָלט ער אַריבער דעם ירדן. און זייט דעמאָלט האַלטן מיר אין איין דאַווענען נאָך איין תפלה און בעטן נאָך איין מאָל און מאַכן נאָך איין השתדלות. אַז אַ קינד ווערט פאַרלוירן ברענגט מען צו שלעפּן דריי פערטל כּלל ישראל דיתבי על נהר האָדסן זאָלן גיין זוכן. און אַז דו קענסט נישט זוכן גיי זאָג תהילים, לייג צו אַ נאָמען, זאָג פּרק שירה, מאַך אַ תענית דיבור אַעיקר זיץ נישט ליידיג. אָבער די פּאָליציי זאָל מען חלילה נישט מודיע זיין ווייל וואָס פאַרשטיין זיי דען צו אַ יידיש קינד? און בדיעבד לאָמיר זיך נישט נאַרן וואָס שטערט עס זיי? און אפילו לכתחילה איז עס דאָך געווען אַ געוואַלדיקער קידוש השם.

אַז מען קען שוין נישט זוכן ווייל דער נייעס איז אָנגעקומען אַז טרוף טורף לייבי דעמאָלט ווערן מיר פאַרגליווערט. עס איז נישט דאָ וואָס צו טון אָבער מיר קענען נישט איינרוען. מיר דרייען זיך אַרום און מען יוישט און נעבעכט און מען קרעכצט און זיפצט און מען זוכט אַ רמז און אַ טעאָריע און אַ נביאות אַעיקר אַז ווען מען זאָל נאָר נישט רעדן בין גברא לגברא איז כל כלי יוצר עליך לא יצלח און אויסער דעם זענען מיר פּערפעקט. און אַז נאָך די אַלע שר"יס און ימח שמוס שטעלט זיך גאָר אויס אַז דער רוצח איז אַ ספרדישע איז דאָך ממילא שוין גאַנץ אַ קליינער חידוש. שפּעטער ווערט ער אַ גוי גמור און איין בעל דרשן האָט געזאָגט אַז וויבאַלד דער רוצח האָט געהרגט אין קאַלט בלוט האָט ער גאָר גענוצט דער כּוח פון עמלק. ווען דאָס אַרבעט נישט מאַכט מען אים אַ גלאַטער משוגענער און משוגעים זענען דאָך דאָ איבעראַל. מען געפונט צדיקים וואָס האָבן עס פאָרגעזען און ממילא באַקומט עס אַ פּלאַץ אין די סדרי בראשית. דער עיקר טרייסט דערפון איז אַז אחרי כּכלות הכּל האָט אַזאַ אַקט נישט געקענט זיין פון אַ משלנו וואָס פרעסט טשולנט ליל שישי. און ווען מען האָט שוין אַלעס אויסגענוצט איז שטענדיק דאָ דער פאָלבאַק פון משיח. נאָך אַזאַ מעשה קומט ער שוין זיכער אויפן נעקסטן עף באַן קיין דיטמעס.

עס איז לייכט צו שפּעטן אָבער עת לשחוק ועת לבכות. צו די אַלע פּחדים קומען צו כּללותדיקע פּחדים. מיר לעבן אין אַ וועלט וואָס מיר קענען נישט און צו וואָס מען האָט אונז נישט צוגעגרייט. מיר זענען אויף אַ פּרשת דרכים און עס פעלן אונז וועג ווייזערס. אַ וועלט פון אינטערנעט וווּ קינדער זענען גרעסערע בעלנים ווי זייערע עלטערן און וווּ דער שפּראַך פון איסורים און חרמות ווייזט זיך אויס צו זיין אָן מוח און אָן כּוח. אַ וועלט וווּ אַלץ מער פון דער יוגנט פאַרלאָזט אונזערע וועג און עלטערן ווייסן נישט ווען עס קומט צו זייערע טיר. אַ וועלט וווּ מיר האָבן יעדער חומרא אונטער דער זין, תלמיד תורהס און שולעס וווּ אַ יינגל טאָר חלילה נישט לערנען מיט אַ פרעמד מיידל אפילו אונטער דריי יאָר אַלט און יעדער ביך איז באַשטעטיקט מיט אַ הכשר. אָבער דווקא אין אַזאַ וועלט האָט אַ ייד דערמערדערט דווקא אַזאַ יינגל. די אָ שאלות מערן זיך און זוכן אַן ענטפער אָבער אונזערע פירער זענען אַ חלק פון די שאלות.

מיר האָבן נאָכנישט אַנטוויקלט עפּעס מער איידל און סובטיל וואָס ליגט האַלב וועג צווישן משניות און קדיש אויף איין זייט און ווויעריסטישע בילדער און קרעכצנדיקע געפילן אויפן צווייטן. דעריבער מאַכט מען אַ דרשת התעוררות וווּ מיר מעגן הערן בלויז רבנים ווייל נאָר דעת תורה שאָקלט אונזער וועלט. אַ בר דעת וואָס איז נישט אַ רב טאָר נישט אַדרעסירן אַן עולם אויסער פאַר אַן אַפּיל. אין דער תורה שטייט מען זאָל מאַכן אַ מעקה אויף אַ דאַך ווייל לא תשים דמים בביתך אָבער ביי אונז נאָך אַן אינצידענעט איז לכו ונשובה אל ה'. קומען די רבנים און זיי שרייען, זיי וויינען, זיי מאַכן קולות, מוסרן די פרויען אויף צניעות און די מענער אויף נישט רעדן ביים הויכע שמונה עשרה, רופן אַ חשבון הנפש און רעכענען אויס די עברות פון דער דור וואָס מיר דאַרפן פאַררעכטן בשעת ווען מיר דאָרשטן אויף עפּעס וואָס רעדט צו אונזערע געפילן. מען הערט רעדעס אויף אחדות פון די בעלי מחלוקת אַליין, תפלות אויף משיח און בעלי דרשנים פון ישראל וואָס פאַרשטיין גאָרנישט פון אונזער חוץ לארצדיקן לעבן. זיי קלאָגן און קרעכצן אויף די צרות וואָס הערן זיך נישט אויף אָן צו אַנערקענען אַז למעשה מאַכן מיר אַ חיים טובים און אַזעלכע אינצידענטן זענען אַ יקר המציאות.

און דערנאָך וועט מען מאַכן אַ קרן. שוין געקלאָגט, געוויינט, תשובה געטון, און אפילו געזינגן קען מען זיך נעמען צום קרייצער. ענדלעך קען מען שוין ווידער עפעס טון און מען קען שטוינען איבער די מיליאָנען און זיך ווידער פּאַטשן די בייכלעך מיט מי כּעמך ישראל. אָבער דאָס וואָס מיר ווילן זאָגן זאָגט קיינער נישט און דאָס וואָס מיר לעכצן צו הערן איז ואין עונה, קיינער רופט זיך נישט אָן.

אָט אַזוי הערשט אַ וואַקיום און אַ הוילעניש און אין דעם לאָך און חלל וואָס קיינער וויל נישט אָנפילן דווקא דאָרט טרעטן אַריין אונזערע בעלי מנגנים. טרערן מעקלערס מיט זעק פון קיטש, פּוסטע קרעכצן, ליידיקע זיפצן און יעדער זאַבלאָן וואָס זיי קענען דערפון אַרויסקוועטשן. זינגערס וואָס פאַרשטיין נישט אַז צו רעדן צום האַרץ דאַרף מען אויך קאָפּ. אַז אַמאָל איז שווייגן בעסער ווי מוזיק און אַז לאָזן זייערע געפילן יערן וועט פאַרבעסערן זייערע טייג. עולם גולם חלשט אָבער זיך צו באָדן אין פּוסטע סענטמענטאַלע זאַבלאָנען פון בלוט, און טרערן, און צובראָכענע הערצער ווייל נאָר דאָרט הערן זיי עטוואָס פון וואָס זיי פילן. זיי גיין נאָך זייערע נייע סעלעבישע געטער און אַזוי ווערט עס באַלד פאַריידישט אין היימיש. מיר האַלטן נישט פון אַ מינוט פון שטילקייט ווייל דאָס איז נישט אונזערע דרך. מיר זאָגן קדיש און לערנען משניות און האָבן זיך גאָרנישט צו לערנען ביי אַנדערע. אָבער אַז זינגערס פאַרפּאַסן ניגונים מיט ספּעשל עפעקטס אויף אַ גוף וואָס מען האָט קוים געברענגט לקבורה דאָס איז אַ חלק פון משה קבל תורה מסיני און אַז אין פּסוק שטייט וידום אהרן מאַכט נישט אויס. למעשה נישט נאָר זיי זענען נישט אַ קול קול יעקב נאָר זיי זאָגן נאָך ווייניקער ווי די תהילים זאָגערס ווייל זיי פאַרגרעבעווען און עקספּלויטירן אונזערע פאַרלוירענע געפילן מיט פאַנטאַזיעס פון מלאכים און בעכערס פון טרערן. זייערע פּויקן פאַרטומלען בלויז די קולות וואָס לאָזן זיך נישט הערן.

*

די ביטערע אמת איז אַז אַ גרויסער חלק פון אונזערע פאַרלוירנקייט שטאַמט פון דעם וואָס אונזער גאַנצער צוגאַנג צו קינדער איז אַ פאַרמישטער. מיר זען ווי די וועלט מאַכט אַן עסק איבער קינדער, פייערט זייערע אומשולדיקייט אין פּאָפּולאַרער קולטור און שאַצט די אידיאַליזם און ענערגיע פון יוגנט און מיר האָבן נישט דערצו אַן אייגענער נוסח. מיר ווילן טאַקע אַז אונזערע קינדער זאָלן זיין צופרידן אָבער מיר ווילן זיי אויך ערציען צו זיין ערלעכע יידן און ווען עס איז אַ סתירה איז יידישקייט תמיד דער זיגער. כאָטש אויף אַ יחידישן אופן געפונען עלטערן און משפּחות חן אין זייערע פּיצלעך האָט עס אָבער נישט אַן אויסשפּרעך אין אונזער מסורה. ביי אַ בר־מצוה זאָגט מען פאַר אַ בחור אַז ער ווערט געבוירן מיט אַ יצר הרע שנאמר לפתח חטאת רובץ און דער יצר טוב קומט הערשט ביי די דרייצן. הייסט עס אַז וואָס דער וועלט רופט קיוט און זיס, די בערעלעך און בהמהלעך פון אַ בייבי, מיקי מייזעלעך און באָב דער בילדער, פישר פּרייס און פּליימאָביל זענען אַלע מעשה יצר און דער תכלית איז בלויז תורה צוה און אביו מלמדו תורה.

אונזערע קינדער שפּילן זיך טאַקע מיט די אַלע זאַכן אָבער עס איז ווי אַ הוראת יחיד און עס איז נישט איינגעגעסן אַלץ אַ קאָלעקטיוון היתר. אַז אונזערע קהלות ווילן מאַכן טאַטעס זאָלן מער פאַרברענגן מיט די קינדער אָרגאַניזירט מען נישט אַ באַל שפּיל אין אַ פּאַרק נאָר מען מאַכט אַ פּראָגראַם פון אבות ובנים זיי זאָלן לערנען צוזאַמען כּאילו קינדער פאַרברענגן נישט גענוג ביים גמרא. קינדער פאַרשטעלן זיך אויף פּורים ווי 'טאַטעס' און 'מאַמעס' מיט אַ שטריימל און שייטל און נישט ווי כאַראַקטערס פון זייערע שפּילערייען. טאַקע פּורים ווען מיר לאָזן זיך ווויל גיין איין מאָל אַ יאָר מאַכט מען עס קאַליע מיט ישיבת מרדכי הצדיק. פאַרוויילונג אפילו פאַר קינדער איז צום בעסטן אַ בדיעבד און  אויף לכתחילה איז עס אַ ספק מעשה יצר. און ווי קענען טאַטעס זיך פאַרבינדן מיט קינדער אַז זיי זענען זיך מחיה מיט יו־טיוב און דער עקס פאַקטאָר אָבער זייערע קינדער קענען זיי נאָר פרעגן ‘וואָס האָסט דו היינט געלערנט אין חדר?’ וויפיל פּשטים מען לערנט נישט אַריין אינעם ברוך שפטרני איז אין מקרא יוצא מידי פּשוטו. אַפילו דאָס וואָס יעדער רופט דעם נפטר ‘לייבי’ הערט זיך עטוואָס מאָדנע אין אַ קהלה וווּ מען רעדט פון קינדער, ‘מיין עלטסטער’, ‘מיין פיפטער’ אָדער ‘מיין יינגסטער.’

אַז קינדער זענען אַ טפל וועט מען דאָך נישט זוכן דער פליישיקע גורם פון אַזאַ אומגליק אין פשוטע הסברים אויסגעטון פון מעטאַפיזישע ענינים. פון די אַלע דרשות און קאָנצערטן און שמועסן וועלן קעמפּס נישט מער אַכט געבן איבער זיכערהייט, מלמדים וועלן ווייטער לאָזן קינדער אָן אַ וואַך, עלטערן וועלן ווייטער לאָזן פּיצל קינדער אונטער דער אויפזיכט פון קינדער וואָס דאַרפן אַליין אַ שומר, מען וועט אָנשטאָפּן קליינע דירות מיט קינדער פאַר פּליי גרופּס און שלש סעודות וועט מען ווייטער לאָזן די קינדער אַרום טאַנצן אויף אַלע געסער ווען די טאַטעס פאַרגלייצן זיך איבער בני היכלא דכסיפין אָדער קייען איבער די וואָכעדיקע לשון־הרעס איינגעטונקן אין הערינג.

דאָס אומגליק איז אַן אמתער אומגליק ווען מען לערנט זיך נישט דערפון. דאָס היימישער פינצטערנישט פאַרבלענדט אונז די אויגן און מיר קענען נישט זען לעכטיקייט טאָמער שיינט עס פון דער פרעמד. דאָס איז אונזער אומגליק. קינדער מעגן שטאַרבן אָבער די שומרים און מתעסקים און רבנים און חזנים זיי וועלן אונז דערציילן אַז כּלל ישראל בלוטיקט און דער באַשעפער פאַרגיסט טרערן און ער ברענגט שוין משיחן און דערווייל אַז מען האַלט רבינו תמס זמן קען מען אויף ערב ראש חודש אב מיט צען מינוט שפּעטער אַריינכאַפּן נאָך אַ פּאָרציע פלייש.