יום חמישי, מאי 26, 2011

ויצא רוצח מגזע טווערסקי

וואָס האָט פּאַסירט אין סקווער איז אַ מכּה וואָס נעמט איין חרדישע יידן בכלל און חסידים בפרט בכל מקומות מושבותיהם. סקווער איז סך הכּל אַן עקסטרעמער מוסטער. צי אין באָבאָוו צי אין בעלז צי אין וויזניץ צי אין גער זענען מכּות די מנהג המקום און געוואַלד פון די מצוות אנשים מלומדה. ווער רעדט נאָך פון סאַטמאַר וווּ זיי האָבן דערויף אַ חלק שולחן ערוך. און איידער די ליטווישע פּאַטשן זיך די בייכלעך לאָמיר זען וואָס גייט פאָר אין פּאָנאָוויטש.

מיר האָבן צוויי מכּות אשר לא כּתובים וואָס זענען שטאַרק פאַרבינדן: איינס אַז יעדער משוגעת ווערט באַלד אַ יהרג ואל יעבור און אַ דריטער חורבן בית המקדש. איבער אַפּאָר נאַרקאָטיק שמוגלער געט מען אויס מיליאָנען כּאילו כּלל ישראל וועט אונטערגיין אָן זיי בשעת ווען קינדער לערנען אין האַלב צאַמגעוואָפענע געביידעס און עלטערן ווייסן נישט וווּ זיך אַהינצוטון מיט אַזויפיל קינדער. און צווייטנס האָבן מיר זיך ערגעץ איינגעבאַקן אַז לית דין ולית דיין און אונז מיינט מען נישט. פון צופיל געוויכט אויף אַ פליגער ביז גנבנען פון ציבורישע קאַסעס ביז פאַרברענען מענטשן, אין אַלעס זענען מיר אַן אויסנאַם. אַ הלכה בפני עצמם, אַ לאָ אָנטו אָוירסעלווס. מיר וועלן דן זיין עד כּלות הנפש צי אויפמאַכן אַ פּעקל צוקער אויף שבת הייסט מאַכן אַ כּלי און צי אַ כּזית איז דער גרייס פון אַ מילגראָם אָדער אַ מעלאָן אָבער אַז מען דאַרף זיך צוגאַרטלען ווען מען זעצט זיך אַריין אין אַ קאַר איז צו שווער אַריינצוגיין אין אונזערע קאַרפּן קעפּ.

דאָס איז נאָר ביי פּשוטי עם. ווען עס קומט צו רביס איז אַ גאַנץ באַזונדערע מסכת. לפני מלכים יתיצב. מאן מלכי רבנן. מלך פורץ גדר. וויבאַלד זיי וואַרטן נישט אין אַ רייע ביי די פּאַספּאָרטן, גייען נישט אין מקוה מיטן עולם און קענען זיך אָנרוקן צי אַ דינער מיט אַ מנין הינטער זייערע בענקל שכן דרך בני מלכים לעמוד איז אַריין אַ דמיון אין קאָפּ אַז זיי זענען אָנטאָטשעבעלס. אפילו פון די חוקים פון גראַוויטי זענען זיי פטור ווייל די בייכלעך זייערע האָבן זיי אויך געירשנט. די שיסטערס און שניידערס פאַר זיי איז געמאַכט אַ דין תורה אָבער די צדיקים זייערע כּוח איז ביד חזקה ובזרוע נטויה.

מיר זענען רעלאַטיוו ווייניק און על פי רוב איז דער וועלט נישט צופיל אינטערסירט ממילא רעדן מיר זיך איין אַז אונזער גמרא קאָפּ איז דער והיא שעמדה. ווי דער גולם וואָס איז אַרומגעלאָפן אין שטאָט מיט אַ במדבר חומש און געזאָגט עס איז בראשית און זיך געפרייט אַז ער האָט אויסגענאַרט דער גאַנצער שטאָט. קומט אָבער פאָר עפּעס אַ מעשה צי מען פּראָטעסטירט פאַר געוואַלדיקערס, צי מען מאַכט זיך משוגע איבער אַ בילד פון אַ פרוי, צי מען וויל פאַרברענען אַ גאַנצע משפּחה און עס שטעלט זיך אויס ואת ערום ועריה. נישט נאָר מיר האָבן נישט וואָס צו פאַרקויפן נאָר מיר קענען זיך קוים אויפעפענען דאָס מויל אָן צו זיין ללעג ולקלס. און אַלץ ווייל דער וועלט וויל אונז נישט פאַרשטיין. נאָר וואָס דען, זאָל דער וועלט מוחל זיין אַראָפּקומען קיין ברוקלין אָדער ניו סקווער און צוקוקן ביים מלמד דרדקי ווי ער לערנט שנים אוחזין בטלית וועלן זיי שוין אַלע איינזען אַז מי כּעמך ישראל.

נאָך איין נקודה און איבער דעם זאָלן זיי מיר באַשטיינערן: עס איז נישט אַ גרויסע חילוק צווישן דער טיפוש וואָס האָט זיך געשטעלט פאַר די פאָטאָגראַפירער און אויסגערופן אַז ער וווינט נישט אין אַמעריקע נאָר אין דזולאַנד און צווישן דער אַנדערע תנא קמא וואָס האָט זיך אויפגעשטעלט פאַר דער וועלט אַז אונזערע היסטאָריע פון פיר טויזענט יאָר געבט אונז רעכטן איבער אַנדערע און ווייל אברהם האָט שרהן באַהאַלטן אין אַ קאַסטן קענען מיר ווייזן אַ פייג פאַרן וועלט. היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגלה. די נפקא מינה איז גאַנץ קליין צווישן דער מבין אויפן אַראַבער אַז מיט זיי העלפט נאָר כּוח און מיין מלמד וואָס האָט געזאָגט אויף די שוואַכערע קינדער אַז נאָר צו אַ שטעקן פאַרשטיין זיי. און דער וואָס וויל מיר באַשולדיקן מיט זעלבסט האַס זאָל מיר מוחל זיין ווייזן אין די צייטונגן וואָס פליסן איבער מיט אהבת ישראל אויף וועלכן זייט נומער ווערט באַריכטעט דער פּריוו אומצוברענגן אַ גאַנצע משפּחה פון היימישע יידן.

מיר זענען נעבעך די גרעסטע קרבנות פון אונזערע אייגענע היסטאָריע. דער גוי איז אַ פערד און מיר זענען די חכמים מחוכמים. בשעת ווען זייערע זיידעס האָבן זיך געוואַרעמט אַרום אַ פייער אין אַ הייל זענען שוין אונזערע עלטע באַבעס געגאַנגן רבינו תם תפילין. נאָר מיר ווייסן פון יושר און בלויז אונזערע געזעצן זענען ומשפטים בל ידעום מה שאין כּן טעות עכּו”ם מותר. דער וועלט האָט אונז פיינט און אַז שוין דען שוין. אונז טאָר מען נישט אָנרירן כּמלא נימה אָבער פאַר אַנדערע איז לנכרי תשיך. מיר האָבן אַ מדינה ומי יאמר לו מה יעשה. ובכן מיר האָבן אויך אַ שטעטל און אַז דו ווילסט מאַכן אַ מנין ביסטו חייב מיתה ווייל אַז עס געפעלט דיר נישט פּאַק דיר די געפּעק און ווער נעלם.

אַ דאַנק אַזאַ סאָרט גערעדעריי וווינען מיר מער נישט אין דער שאָטן פון די קאַרפּאַטישע בערג נאָר אין מערב לענדער וווּ מען לאָזט אונז זיין נאָך מער יידיש ווי עס האָט זיך אפילו געחלומט אויף באַרג סיני. דער אָ עודף איז אָבער אונזער גרעסטער דעפיציט. נחזיק טובה להפעדס אַז עס איז נאָך דאָ עמעצער פון וועם די כוליגאַנעס האָבן מורא. אין דער זעלבסטשטענדיקער ישראל איז דאָס נעבעך אויך נישט דאָ און טאַקע פאַרדעם איז זייערע עקסיסטענציעלע פּראָבלעם נישט די אַראַבער און פּאַליסטינענדער נאָר דבר ה’ ותורתו.

לאָמיר מסיים זיין מיט אַ חז”ל. על מה אבדה הארץ? על שלא ברכו בתורה תחלה וסוף. ווייל אַז מען ווייסט נישט וווּ די תורה הייבט זיך אָן און ווען זי ענדיקט זיך קען דער לאַנד נישט האָבן אַ קיום.

16 תגובות:

Donald אמר/ה...

די ביסט גערעכט מיט דעם אז ס׳איז דא א תורה וואס צו דעם דארפן מיר זיך האלטן אבער פון דער אנדערע זייט קוקט אויס ווי די שעמסט דיך מיט דיין יודישע גלויבן נאך אלעם אויב ווען איינער טוט עפעס אן עוולה באשוילדיגסטו שוין דע גאנצע חסידות אין אלע אנדערע אידן דעמאלסט ביזטו אינעם זעלבן פעקל מיט דעם וואס די ווילסט ווייזן אז די ביזט קלוגער אין בעסער וועסטו נישט טוישן די מציאות אז די פלעק יוד וועט דיך במילא באגלייטן אין דע גוי וועט דיך נישט מער ליב האבן במילא זיי נישט קיין חכם דער אייבערשטער האט נישט באנקראטירט אין ער וועט נישט באנקראטירן ס׳איז נאך דא ערליכע יודן אויף די וועלט  

ישבב הסופר אמר/ה...

די יפה, חן חן על הברקותיך דנפקין בהדרתא.
ולא אוכל להתאפק מלהגיב על מה שקובל הדרת כבודכם על כללות ישראל 'שלומי האמונים' ממעשה שחיתות מופרזת בסקווירא, אף אם אמנם שורש הבעיה נמצא גם אצלינו, כאשר ביארתם במתק לשונכם, מ"מ האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף?!
ושוב, הביקורת שמתחתם עלינו אמת נכון הוא, (כמובן יש דברים בגוי' שאינם שלמים אתי, אבל זה הבלוג שלך ולא שלי...) אבל מכיוון שבסקווירא הבעיה מפותחת בהרבה יותר וגם הזוועה התרחשה שם, לדעתי הנעלב אי אפשר לעשות בנין אב ולומר שאם אינו ענין לסקווירא תנהו ענין לכל היהדות כולה.
עכ"פ זה שלא מתחת ביקורת על תושבי סקווירא ורבם לכה"פ יותר ממה שהפנית אצבע מרשיעה אל עבר כלל היהדות, חשוד בעיניי להגזמה.
הלא כן?
מנאי,
ישבב הסופר

אנונימי אמר/ה...

צייו

סקווער איז אלץ געווען באוואוסט אלץ א משוגענע נאאיוו פאנאטישע גלויביגע קולט מיט די יעצטיגע כאאס האט פשוט די אידישע און ליידער גויאישע וועלט איינגעזעהן ווי גרויסע עקסטרעמיסטן זיי זענען..אמת אז רוב חסידות'ן גייען אויפן זעלבן גאנג אבער אפילו אין וויזניץ אדער בעלז וואלט אזא זאך קיינמאל נישט פאסירט וועגן גלייבן אין די רבי למשל סטמאר וואס די מחלוקה פארנעמט א שיינע פלאץ אין היסטאריע אלע פאליטיק און קלעפ איז געווען וועגן געלט אנדערש איז דא ביי די קראנקע סקווער....

קטלא קניא אמר/ה...

ר' ישבב, לא באתי מכוח בנין אב אלא מכוח דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל להרוג לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו.

עס איז נישט דאָ אַ גרעסערע מדשתקי רבנן ווי דאס. וווּ זענען אלע רביס און גדולים און אלישובס און קאניעווסקיס? וווּ איז דער מסירת נפש פון די וואָס האָבן נישט מורא צו זאָגן קול ה' ברמה? מיר רעדן דאָ פון רציחה פשוטו כמשמעו און קיינער האָט גאָרנישט צו זאָגן אויסער דעם ראש הרוצחיםס 'עגמת נפש'. די צייטונגן פאַרשטייט זיך זינגן נאָך בר יוחאי.

היש לך פּשיטת רגל גדולה מזו?

StartThinking אמר/ה...

א דאנק דיר קטלא,

א דאנק פאר דו פערל ווערטער און א דאנק פאר דו קוראזש, שרעק דיך נישט, האק האלץ, ס'וועט פאלן שפענדליך.

מיר דארפן צוריקגיין צום שורש: חסידות האט נישט קיין גדרים ווייל זי איז געשטעלט געווארן דורך א ייד וואס מיר ווייסען נישט פונקטליך וואס ער האט געוואלט. מיר וויסען איין זאך: מיר דארפן ברענען פאר דו "זאך" (פאברענטע חסידים...), אבער וואס אייגענטליך חסידות איז קען קיינער נישט פונקטליך צייגן. דאס איז אמאל זיכער אז ער איז געווען א פאפער, און איינגערעדט זיינע קעלבלאך אז ער קען וואקן אויף א טייך אזוי לאנג ווי דאס טאשן-טוכל ליגט אים אונטער דו שיך.

מיר דו אייניקליך פון דו קעלבלעך זענען stuck מיט זיינע יורשים. עס איז אבער איראניש ווי זיי קענען אונז איינרעדן אז רעביסטעעווע גייט בירושה, ווען זיין זיהן האט איהם נישט גע'ירש'נט.

ועוד, ראו מה בין בני לבן חמי: ווען דער מעיאר פון ניו יארק'ס א סעקרעטאר (הויז בחור) זאל ווען טיהן אזא מערדערישע אקט, איז דען א ספק אז ער וואלט זיך געדארפט אפזאגן פון אמט? ביי אונז ווידער, וועלן מיר ווייטער אריינשיקן געלט צו באצאלן דוד'לס אייניקעל "העיליגע" חתונה, און באצאלן פאר דו געזאלין פון זיינע קינדערס קעדיעאלאק.

עלה והצלח!

נ.ב. איך וואלט דיר געשיקט א פדיון, נאר היות איך האב נישט דיין אדרעסס, אלטס הכרת הטוב ווען איך דיר אינטערדאאסען צו Edward Current שמייכעל און האב הנאה...
www.m.youtube.com/profile?gl=US&hl=en&client=mv-google&user=EdwardCurrent

אנונימי אמר/ה...

קענסטי מיר מסביר זיין וואו קומען דא די רבנים אריין ווען ס׳איז ווען א רבים נא קען מען אריינגיין אבער דא ווייסטו גאנץ גוט אז סקיווערע רבי האט גאנץ קנאפ א שייכות מיט דעם נאר עפעס איין משוגענער איז אריין א רוח אין זיין קאפ נו וואס זאלן יעצט די רבנים זאגן אז ס׳איז אסור וועלכע נארמאלע מענטש ווייסט דעס נישט נאר מיט דיר קוקט אויס אז די האסט סתם אזוי פיינט יעדע ערליכע חסידישע יוד במילא ווילסטי פארשמירן יעדן איינעם
(אגב וויאזוי ווילסטי אז די רבנים זאלן האבן א ווארט ווען אזעלעכע מענטשן ווי דיר וואס פאלגן במילא נישט קיינעם קומען זאגן דיאות) וואס האסטו מיט די רבנים דראפ זיי אין גיי דיר דיין וועג נאר וואו עס זעט אויס ליגט דא עפעס טיפער אין מיט דעם קען מען דיך נישט העלפן ווייל ווי געזאגט האסטי פיינט ערליכע יודן

קטלא קניא אמר/ה...

איך פאַרשטיין שוין. די רבנים זיי זענען געמאַכט אויף ווען אַ באָס צי אל על פאָרט שבת, ווי דיק מיין פרויס שטרימפּ זאָל זיין, וויפיל ווערם מיין סאַלאַט מעג האָבן, וווּ מיין טאָכטער מעג שווימען, צי פרויען מעגן דאַווענען ביים כּותל מיט אַ מנין, וועלכער רב מעג מגייר זיין (אַ בועל ארמית יאָ אָבער אַ נואף איז אַ שאלה), מלחמה צו האַלטן מיט די ציונים און יעדער שגעון וואָס פילט אָן דער לוח מודעות טאָג איין טאָג אויס.

אָבער לא תרצח? ממילא. דער רוזינער איז אויך פאַרדעם געזעצן וגדול מרבן שמו

אנונימי אמר/ה...

אזא שוטה צו זיין האב איך מיר נישט גערישט קודם פארוואס רעדסטי פון רבנים יעדע מענטש דארף האבן זיין רבי וואס זאל אים זאגן וויאזוי זיך צופירן רוב וועלט טוט טאקע אזוי חוץ פין דע וואס ווילן נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער קיינעם במילא יעדע רב ווען ער זאגט וועלכע עסן מזאל וואספארא קלייד מען זאל אנטון רעדט ער צי זיין עולם און קיינער וועט נישט גיין שרייען ווער האט דיך געפרעגט ווייל יענער וויל הערן דע רב וועט נישט גיין זאגן פאר אנדערע משא״כ דא וואס ווילסטי ער זאל זאגן לא תרצח? ווער ווייסט עס נישט איבערהויפט אנדערע קהילות וואס האבן זיי אריינצורעדן דעס איז נישט א זאך וואס ס׳איז שייך ביי זיי

Zev אמר/ה...

"אזא שוטה צו זיין האב איך מיר נישט גערישט"...

כל הפוסל במומו פוסל!

קענסט מיר אויסרעכענען איין זאך וואס מיר פארדינען פון האבען דו רעבעס? זיי קאסטען אפ פאר כלל ישראל שווערע מיליאנען, צו פאר דו צענדליגע געריכטליכע קלאגעס וואס יידיש געלט גייט פאר לויערס, צו פאר אויסהאלטן הם ונשיהם ובניהם ובנותיהם וואס טוען גארנישט מיט'ן טאג און ווערן משוגע פאר ליידיגיין.

זיי גיבן גארנישט פאר כלל ישראל, זיי זענען פארנימען נאר אויפצובויען זיך מיט דו קינדער, און ווער ס'שטייט זיי און וועג איז אחת דתו להמית.

קטלא איז ווייט פון א שוטה, עפר אנחנו תחת כפת רגליו. כמותו ירבו בישראל!

אנונימי אמר/ה...

אנונימי ציין...
די דארפסט נעבעך אן ערנסטן דאקטער, ביזט א פאנאטיש קעלבעל וואס איז נאך פארכאפט אין די מיטל אלטער יארן, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין צו וואס פעלט דיר אויס א רבי’ן וואס זאל דיר זאגן וּוּשׁוואס צו טאן? זאג נאר, האסטו נישט אפשר אויך א תורה? קאנסט נישט לעזן? וואס שלינגסטו מיט דארשט וואס אפגעריסענע אידן שוטים פערד וואס דרייען זיך לֹײדיג רוב טאג האבן צו פארקויפן? נעם לֹמשל א שטייגער טאקע אט דעם דערמאנטטן סקווערער, וואס איעדערער ווייסט אז חוץ אפער מעשהל’ך אין אביסל ביזנעס קענטעניס האט ער גארנישט צו פארקויפן פארן רוחנוית’דיקן חדר, אין מיט דעם אלעם טרינקען זיינע קוען מיט דארשט ווען קוועטשט ער שטארקער מיטן האנטוך און ווען שוואכער, איר און אזעלכע קליינע קעפ ווי אייך מאכן גאר א גרעסערן חורבן מיט אייער געגאסענע טיפשות

אנונימי אמר/ה...

נאך וואו א שוטה איז ער איך קען נישט פארשטיין וואס האט עטץ מיט די רבנים איינער האט ענק געהייסן גיין צי זיי אדער צו געבן געלט גייטס ענק וואו עטץ ווילטס אז ס׳דא מענטשן וואס ווילן האבן א רבי וואס איז עס ענקער פראבלעם ענקער פראבלעם איז נישט דע רבי׳ס ענק באדערט בעצם יודישקייט עטץ שטייטס אין ווארטס ווען וועט קומען די טאג ווען יודושקייט וועט אונטערגיין וואס דעס וועט קיינמאל נישט געשעהן עטס זאגטס נאר רבי׳ס באמת האט עטץ סאך א גרעסערן פראבלעם דעס וואס די זאגסט סקאסט אפ געלט ביטע נעמען אין באטראכט אז עטץ זענען דע וואס זענען גורם ס׳זאל קאסטן כאפסטי נישט אז אלע אזעלכע אפיקורסים ווי ענק דע גייען אין קאורט איז וואס דרייסטי א קאפ דעס וואס די שעלסט אז די קונדער ארבעטן נישט האב איך גרויס מיטלייד מיט דיר ווייל ווי עס שיינט ביסטו א גרויסע ליידיגייער וואס האלט נישט ביים ארבעטן נאר זיצן אין שעלטן יעדן טאג אויפן טאג וואס די ביסט געבוירן אבער איך קען דיר זאגן אז פין די ערליכע רבנים וואס איך קען זייערע קונדער ארבעטן יא א גאנצן טאג האלט מיר שוין ביי צוויי זאכן וואס די גאר ביסט דער בהמה דעס וואס די זאגסט אז איך בין פאנאטיש איך קען נישט סטאפן צי לאכן הייסט עטץ זענטס שוין פין די אויפגעקלערטע דאס איז עס??? קודם זע איך אז אויף ענק האבן נאך די רבנים די גרעסטע השפעה ווייל ווי קען דאס זיין אז עטץ קלוגע מענטשן זאלן נאך רעדן די מערסטע דעס מיינט שוין קלוג פאק איין די ביסט נאך די גרעסטע שוטה קענסט מיר זאגן וואס מיר פעלט וואס גייט דיר בעסער איך עכ״פ שעלט נישט א גאנצן טאג איך א מער ציפרידענע לעבן דאס איז אמאל זיכער בקיצור נאך אלעם שטעלט זיך ארויס אז עטץ זענטס דע וואס זענען די שוטים אין דעם גולגול וועסטי שוין ממילא נישט זיין קיין גוי די פלעק יוד וועט דיך אייביג באגלייטן בלייבט נאר איבער צי זען וויאזוי די עסט דיך אויף לעבדיגערהייט 

Zev אמר/ה...

הרב צופרידענער,

עס איז מן הסתם אמת אז דיין טאג-טעגליכער לעבן איז אסאך גרינגער. דו זיכסט אבער נישט דעם אמת, און גלייבסט אלעס וואס מ'האט אין דיר אריינגעפראויגרעמט פון קינדווייז אויס. וואלסט געבוירן געווארן אין תימן וואלסטו געברענט פאר מוחאמאד. מיר זיכען דעם אמת, און דער אמת איז טיילמאל זייער ביטער. אבער דו שפירסט נישט זעם זיסן טעם וואס מיר האבען ווען מיר פארשטייען און דערגיין דו תשובה אויף א שאלה וואס מיר וואונדערן זיך דערויף.

דו מיינסט מיר זענען שלעכטע מענטשען? לא מיט אן אלף. מיר האבן זיך נאר אנגעשטויסן מיט הונדערטער ליגענס וואס אידישקייט שטעלט מיט זיך פאר און מיר קענען נישט ווייטער אנגיין מיט דו שקרים.

ועוד, אז מ'וועט ווייטער אנגיין מיט דיין מהלך, וועט ווארשיינליך אין צוויי הונדערט יאר ארום נאך אן אוישוויץ, און דיין גאט וועט זיך גאר ווייניג קימערן דערויף.

אנונימי אמר/ה...

קטלא קניא איך וואלט דיך געוואלט פרעגן איינמאל פאר אלעמאל אויב די גלייבסט אין באשעפער אין זיין תורה צו גלייגבסטו אין די 13 אני מאמין׳ס
ביטע ענטפער דעם אמת

אנונימי אמר/ה...

פארוואס פארדרייסטו שוין ווייטער ענטפער אויף וואס אינז האב מיר גערעדט די ביזט אפיקורס די האסט דאך אליינס געזאגט אזוי ני ווער ביזסטי אריין צי רעדן אין די יודישע גלויבן די ווייסט אז די גייסט פגר׳ן אין די כלבים וועלן עסן דיין פלייש אין פין גיהנום וועסטי נישט ארויסקומען צי די פארענטפערסט יא צי נישט דיינע אזויגעריפענע קשיות ס׳איז דא אן הנהגת הבורא אין ער פירט די וועלט אין פארטיג אין זיין תורה וועסטי טרעפן די אמת אין ערגעץ אנדערש נישט

אנונימי אמר/ה...

מען דארף אלע חסידים ארויסטרייבען פון אמריקה.

בעריש אמר/ה...

ווי מאדנע איז זיך צו דינגען אין דעם ענין... קטלא קניא האט ארויסגעברענגט וואס קוועטשט אונז אלעמען. ער איז דער שופר פון כלל ישראל און מיר זאגן אים אלע א הערצליכן דאנק. ירבו כמותו בישראל.

א דאנק! א דאנק!