יום ראשון, ספטמבר 13, 2009

בראתי יצר הרע...

דער גמרא אין סוכה זאָגט נאָך פונעם רבש"ע, איך האָב באַשאַפן אַ יצה"ר, בראתי לו תורה תבלין, האָב איך באַשאַפן צו אים די תורה אַלץ אַ געווירץ. די גמרא קען יעדער ישיבה בחור פון שמועסן, שלש סעודות תורות, און חסידישע ספרים אָן אַ צאָל. דאָס גייט צוזאַמן מיטן אַנדערען גמרא וואָס מען ברענגט צו שלעפּן, אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש. מען זעצט אויפן בלעמער און די בחורים שאָקלן זיך און דרייען די פּיאות. טאָמער איז דער בעל דרשן עטוואָס פאַרגרעבט וועט ער נאָך אַריינוואַרפן דעם רמב"ם, אין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה. דאָס געט צו אַ געשמאַק צום דרשה און ציט צו די הערער וואָס שווערן זיך אַז נעקסטער מאָל דער בעל דבר קומט צו גיין וועט מען באַלד לויפן שלעפּן דער גמרא מיטן פּני יהושע און מער וועט מען נישט דורכפאַלן.

לעצטענס האָב איך געהאַט דאָס געלעגנהייט איבערצוקלרערן די גמרא און ס´איז מיר נולד געוואָרן אַ וועלטס קשיא. טאָמער ווי איך קומט אייך אַמאָל אויס צו שטיין אין קאָך און אָפּבאַקן אַ קיגל, צי אָפּקאָכן אַ לעטשאָוי, צי זיך פּרעגלן אַן איי, און ווער רעדט נאָך אַז אייער יידענע איז אַן הקדיחה תבשילוניק און איר מיזט לא עלינו ולא עליכם צושטעלן אַ גאַנצן יום־טוב, און אפילו אַז איר קענט נישט מער ווי צוגרייטן איי מיט צוויבל שבת אינדערפרי, וועט איר וויסן אַז תבלינים, צי זאַלץ צי צוקער, צי פעפער אָדער קרייטעכצער זענען זיי אַלע אַ מיטל צו מאַכן פונעם געקעכץ אַדער געבעקס אַ בעסערן מאכל און מער באַטעמטער צו עסן.

איז לאָמיר אַצינד גיין מיטן קעכערישן שירצל אָדער מיטן טלית קטן צוריקגעשלייערט איבערן פּלייצע און איבערחזרן דער גמרא בראתי יצר הרע. דער באַשעפער זאָגט איך האָב באַשאַפן אַ יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין האָב איך פאַר אים באַשאַפן תורה פאַר אַ תבלין. כּלומר, אַנו זאָגט איר אַליין דעם כּלומר, אַזוי, שאָקלט גוט צו מיטן קאָפּ, כּלומר אַז איר ווילט האָבן אַ געזאַלצענעם און אַ געפעפרטן יצר הרע מיט אלע טעמים גייט לערנען אַ שטיקל גמרא וועט איר געניסן פונעם יצר הרע אַזוי אַז איר וועט מאַכן אַ בורא נפשות מיט אַן על המחיה און עס וועט זיין להחיות בהם אין אַלע גלידער.

דעם פּשט וועט איר נישט געפונען אין שאָטנשטיין און ביי שטיינזאַלץ טאָר מען נישט אַריינקוקן, איז וועלן מיר ליידע מיזן אַביסל נוצן דעם אייגענעם קאָפּ און פרעגן היתכן? ווי קען דאָס זיין? דער תורה מאַכט גאָר געשמאַקער דעם יצר הרע?! לייענט אָבער ווייטער וועט איר אַלעס פאַרשטיין בטוב טעם ודעת.

איך בין געגאַנגן קויפן מיין טאָכטער אירע נייע ספרים פאַרן פרישן שולע יאָר. אַ חומש פון דעם דרוק, אַ סידור פון יענעם, אַ יהושע־שופטים מיט רד"ק, אַ פּרקי אבות איבערגעטייטשט אויף ענגליש און אַזוי ביזן ענדע ליסטע. דער אַרבייטור ווייסט שוין פון אויסנווייניק וואָס מיר זוכן און ווייזט אונז וווּ אַלעס ליגט. ווען איך דערמאַן אים דער רד"ק רוימט ער מיר אַריין אין אויר ´באַלד וועלן זיי נאָך דאַרפן גמרות´. מיין טאָכטער האָט זיך לאַנג געיישובט אויף וועלכער גרייס צו נעמן און וועלכער פאַרב דעקל אויסצוקלייבן. איך בין געוואָרן אַביסל אומגעדולדיק און איך האָב איר געזאָגט אַז זי זאָל זיך אַליין אויסקלייבן וואָס זי דאַרף און דערווייל וועל איך מיך אַליין אומקוקן אויף די פּאָליצעס אָנגעלייגט מיט חידושי תורה, מעשה ביכלעך, מחזורים, אלע אין די ספרים פאַרבן פון שוואַרץ, ברוין, בלוי אָדער באָרדוי רויט. אויסער מחזורים וואָס מעגן אויך זיין אין ווייס פאַר די שעשני כּרצונו´ניקעס.

מיין טאָכטערל קומט מיר ווייזן אַ פּרקי אבות איבערגעטייטשט אויף ענגליש מיטן גאונישן פּאַטענט אַז דער ענגליש לויפט פון רעכטס צו לינקס מיט ריכטונג־ווייזענדיקע פיילן. איך זאָג ´ניין´. וואָס איז? פרעגט זי באַליידיקט און צייגט אויפן גלאַנצעדיקן דעקל און דער שניי ווייס פּאַפּיר כּאילו עס איז נאָך טייערער פון אַ האַלוי קיטי ד´מינים פון אַ העפט, אַ פּאָרנדיקן בליי, שאַרפענער און מעקער. זאָג איך איר אַז ענגליש שרייבט מען ווי ענגליש פונקט ווי לה"ק שרייבט מען ווי לה"ק. און אַז די ל"ו ניקעס ווילן מקדש און מטהר זיין זייערע ענגליש ע"פּ דעת תורה כּדי מעלה צו זיין די ניצוצות און מגביר זיין דער ימין אויפן שמאל מיט אויסדרייען דער סדר אויף קאַפּויער וויל איך פאַרדעם נישט באַצאָלן. שפּעטער האָט זיך אויסגעשטעלט אַז זי האָט שוין געהאַט אַ פּרקי אבות נאָר יענער אין געשעפט איז געווען סאָוי קיוט, קליין און גלאַנצעדיק און שמעקעדיק, אַז זי האָט עס געמיזט האָבן.

האַלטן מיר דאָך אָבער אין מיטן שיעור פון בראתי יצר הרע, איז הערט אויס. מיטאַמאָל קלינגט דער גלאָק אַלץ סימן אַז מען האָט געעפנט דעם טיר פונעם געשעפט און אַריין קומט אַן אשת חיל. ברוכה הבאה. אַן אשה כּשרה פאַרשטייט זיך, עס איז דאָך אַ ספרים געשעפט און נישט וויקטאָריעס סודות, אַ נייווי בלויער היט מיט אַ שלייף אויפן זייט איבער אַ קורצן שייטל, אַ דריי פערטל לענג רעגן דזאַקעט דער זעלבער פאַרב בלוי מיט אַ פּאַסיק אַרומן טאַליע, און אַ קלייד מיט אַ תורהדיקע כאָטש נישט אַ דעת תורהדיקע לענג. דאָס הייסט נישט העכר די קני ווי אין אָפּער וועסט סייד, נישט ביים קני נוסח... לאָמיר זיי נישט מבייש זיין, זיכער נישט ביזן קנעכל כמנהג פלאַטבוש און יהודה ושומרון און אוודאי נישט אַ האַלבער אינטש אונטערן קני ע"פ נוסח באָבוב 48. פון דעסטוועגן איז עס אויך נישט געווען ביזן ליטקע ווי די באַבעס ע"ה זענען געגאַנגן. כאָטש איר קלייד איז געווען אויסגעהאַלטן לפי דעם לעצטן פּסק אינעם פרישסטן קול קורא איז עס אויך נישט געווען איר צו פאַרמיסן אויף איר מאַן און, בדיעבד, באַוווּנדערער כמוני.

בעוונותינו הרבים איז מיר נישט געלונגן בודק צו זיין די אויגן אָבער איך קען זאָגן אַז דער פּנים איז איר נישט געווען בלאַס ווי אַ בת ישראל שבת נאָכמיטאָג ווען דער פאַרב פון פרייטיק האָט זיך שוין אָפּגעריבן און פריש זיך צו שמירן איז חילול שבת דאורייתא. איך ווייס נישט וויפיל שבטי יה זי האָט שוין די זכיה געהאַט צו געבוירן אָבער די לענדן זענען איר נאָך געווען אין די ראַמן און דער פּאַסיק האָט קאָמפּלימענטירט איר שלאַנקע פיגור וואָס פיפצן שבת הגדול און שבת שובה דרשות קענען נישט דערפון צוגנבנען איר חן.

איך בין מיר פאַרטיפט אין די ספרים און איך ווייס אַליין אַז מען וויל מאַכן אַ הטוב והמטיב אויף גאָטס באַשעפעניש איז אַ ספרים געשעפט נישט דערצו הרי זה משובח. פון צווישן די שורות קען מען אפשר זען צי רגלים לדבר אין היימישע פיר־קאַנטיקע קנאַפלען, און צי די סימס וואָס זענען מוצב ארצה וראשן מגיע השמימה שטיין שטייף און גלייך כמשפט הבנות אַזוי אַז ממש מלאכי אלקים עולים ויורדים בו. דאָס אַלעס קען מען זען פון דער זייט, און בדיעבד פון אונטער די ברילן, אָבער ממש באַוווּנדערן פּנים אל פּנים איז דאָך אוממעגלעך. זי איז אַן אשה כּשרה און דערצו נישט פעהיק, און מיר זענען חסידישע יידן וואָס אויסער ערב שבת נאָכן מקוה ביי שיר השירים קומט אונז נישט אויס צו שטוינען איבער לחייך בתורים און צווארך בחרוזים און ווער רעדט נאָך פון שערך כעדר העזים שגלשו מהר גלעד. אַ ספרים געשעפט איז אויך נישט דער געראָטענסטער פּלאַץ מישטיינס געזאָגט צו כאַפּן אַ תור ובני יונה פאַר אַ קרבן שלמים.

מיט אַמאָל ברעכט איבער אַ בת קול. גלייבט מיר אויפן וואָרט, דאָס האָט נישט געקענט עפּעס אַנדערש זיין ווי דער בת קול וואָס איז יוצאת מהר חורב. אַ קול דממה דקה מיט אַ צערטליכקייט און ווייכקייט אויסגעפלאָכטן מיט אַ ברוקלינער, חסידישער, יידישער אַקסענט, ´איר האָט אפשר אַ גמרא מסכת ביצה?´ נישט בלויז דער געשעפט איז שטיל געוואָרן נאָר די בריאה האָט אויסגעלאָזט אַן אָטעם. איך זאָל זאָגן אַז זי האָט זיך באַנוצט מיטן לשון שמלאכי השרת משתמשים בו וועט איר מיינען איך בין מגזים. און איך זאָג אייך אַז מי שלא שמע אשה זו לא שמע קול אשה מימיו. קיינמאָל האָב איך נישט אַזוי מסכּים געווען צום פּסוק טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף ווי ווען איך האָב געהערט פון די אָ בת ישראל, ´מסעכטע בײַצע´.

דאָס איז אָבער נישט געווען מיין ערשטער רעאַקציע. מיין רעפלעקס האָט אָנגעצינדן אין מיר אַ רותחא דאורייתא. ´ביצה?´ אַזוי זאָגט מען? אין חכמה לאשה אלא בפלך און לערן דיך שוין אויס זאָגן ´ביעא´ ווי אַ ייד נישט ´ביצה´ ווי אַ יידענע און אַ ליטוואַק בבת אחת. דער קנאות האָט אָבער פאַרזיכט צו באַגראָבן עפּעס טיפער. דער טיפער איז געווען השמיעיני את קולך כּי קולך ערב ומראך נאוה. איר זאָגט דאָך אַזוי גוט, האָב איך איר געוואָלט צוגיין זאָגן, איז אפשר זייט אַזוי גוט און טוט מיר צוליב און פרעגט איבער נאָכאַמאָל. איר מעגט זאָגן ´ביצה´ ווייל חז"ל לערנען אונז ´כּל שהיא כּביצה ביצה טובה הימנה´. זאָגט ביצה וויפיל איר ווילט ווייל מה נמלצו לחכּי אמרתיך מדבש לפי.

פאַרשטייט איר שוין אַצינד וואָס דאָס הייסט תורה תבלין? וואָס פאַר אַ זאַלץ און פעפער דער באַנדיט האָט אַריינגעוואָרפן אינעם עבירה? איז מעגלעך צו שפּירן אַ טעם אין אַן עברה ווען מען איז אַרומגענומן מיט יחוד כהלכתה און צניעות ספרים מיט אילוסטראַציעס? אין די ד´ אמות פונעם ראשית חכמה וואָס שפּייט פייער ווי אַ דראַקאָן, פון די סי די פּאָליצעס וואָס ווערן שיער נישט פאַרברענט פון דער פּעך און שוועבל פון זייער אינהאַלט און פון סליחותן און ימים נוראים מחזורים וואָס בייגן איין דער טיש וווּ זיי ליגן אויסגעלייגט? און דייקא דאָרט ריקט זיך אָן דער יצר הרע און וואַרפט אַריין אַ קול באשה ערוה ווי דער מן מיט אַלע טעמים. די ספרים זאָגן אַז ´אשת חיל´ איז אַ משל אויפן תורה און איך האָב זוכה געווען צום משל מיטן נמשל בבת אחת. איך גאַף נאָך, גם עדותיך שעשועי, איך וויל מיך נאָר טשאַטשקן מיט דיין תורה ווייל כי טוב סחרה מכל סחורה.

יום שבת, ספטמבר 05, 2009

השקיפה ממעון קדשך

ביים לייענען היינט אינדערפרי איז מיר דורך אַ ציטער צו הערן דעם הויכן השקיפה. ביי מנחה האָט מען שוין געזרקא´ט אויף לא יאבה ה´ סלוח לו און גפרית ומלח, אויסגעלאָזט האָט מען מיטן צוגעברימטן הנסתרות און נעקסטער וואָך גייט מען שוין צו סליחות. ואני אנה אני בא?

גאַנץ ווייניק געשריבן במשך דער יאָר, געטריבן על המחיה ועל הכּלכּלה און געלט גיסט זיך אַלץ נישט בשפע, איז וואָס יאָ? אַביסל שעפשערישע נחת פון מיר אַליין וואָלט נישט געווען אַ שלעכטער זאַך, שרייב איך דאָך אָבער נישט. איז גייט מען צום יום הדין און מען מאַכט זיך אַ חשבון הנפש וואָס מען האָט אויפגעטון במשך´ן יאָר און דער שאַפער שטייט לער, די זכותים זענען נול, און די צאָל שרייבערייען זענען בדוחק אַ מנין.

וועט מען יאָ שרייבן? איז לאָמיר שוין זען עפעס אַ יידיש וואָרט. באַווייז שוין צי דיין זרוע הנטויה קען נאָך אַהערשטעלן אָדער צי דער יאָג פון שטיפן פאַפירן האָט אויסגעטריקנט און צוגעגנבעט אַלע קראַפטן. און אַז עס איז טרוקן איז לאָמיר מאַכן סתימת הגולל און זאָגן אַ לאַנגן קדיש נאָכן הדרן עלך און זיך מער נישט לייגן יעדער נאַכט און צושטערן יעדן לכו נרננה מיט ´שוין נאָך אַ טאָג, נאָך אַ וואָך, און גאָרנישט אָפגעשריבן´.

איז נישט מען שרייבט און נישט מען האָט זיך געזעגנט. איז וואָס יאָ? זאָגז´עט איר: וואָס רבונו של עולם יאָ?

שני דרכים לפניך

יאָ שרייבן אָדער נישט שרייבן.

וואָס צו שרייבן, איז אַ צווייג פון נישט שרייבן און עס פאַרענטפערט זיך אַז מען גייט אויפן צווייטן שטראָז.