יום שבת, מאי 09, 2009

"נעשה אדם" - נאמר בעבורך

לייענענדיק פאַר מיין זין די מעשה מיט ר´ שמעון בר יוחאי איז מיר איינגעפאַלן צוויי שאלות. איינס פאַר אַ ניוטרישעניסט און איינס פאַר אַ דערמיטאָלאָגיסט. דער ערשטער איז צי אַ מענשט קען לעבן אויף באָקסער און וואַסער צוועלף יאָר? והשנית, צי זיצן צוועלף יאָר אין זאַמד שעדיקט נישט דער הויט?

4 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

No and Yes. It's highly unlikely one could survive solely on 'buxer' or carob seeds given they lack many vitamins and minerals whose body stores would deplete in a few months-year. Dermatological conditions? Highly likely secondary to vitamin and mineral deficiencies as well as the various bugs and parasites in the sand

A Pusheter Yid אמר/ה...

אפשר ברויך מען א פסיכאלאג צו אפשאצן די שאדנס וואס א האלב יאר אין באהעלטעניש האט אויף א גוטן שרייבער
די מקורות פארציילן אז ר' פינחס בן יאיר, דער שווער פון ר' שמעון, האט טאקע געקלאגט ביים זען די טיפע וואונדן אין ר' שמעון'ס לייב
ס'אמאל זיכער אז ר' שמעון האט אין דער הייל די נויטיגע נעהרונג נישט באקומען, אבער אויף די פראגע צו ס'שייך זיך צו דערהאלטן דאס חיות איבער פרוכט און וואסער איז דער ענטפער א זיכערער יא. איך זאג דאס נישט ווייל איך בין באהאווענט אין מעדיצין, נאר ווייל איך באהאווענט אין ערציילונגען פון פארשידענע צייטן און פון פארשידענע קולטורן. ס'קארג עפעס מעשה'לעך פון גיבורים וועלכע זענען געבליבן געשטראנדעט אויף א פארווארפן אינזל און זיך דערנעהרט אויף בלויז ווילדע יאגדעס און א קוואל זיס וואסער יארן לאנג?
בכלל, וואס איז דא דאס ליצנות צו מאכן? האט ער זיך דען איינגשפארט אין א הייל פון פרייען ווילן? ער איז דאך אנטלויפן פון די רוימער. מילא איר קרומט אויף א פרומאק וועלכער פארשליסט זיך אין בוידעם זיבן יאר נאכאנאנד נישט חלילה צו נכשל ווערן אין אבק לה"ר. אבער אוואו איז אביסל נאציאנאליזם? ר' שמעון האט ארויסגעטרעטן קעגן די אקופירנדע רוימער אין א נאך-בר כוכבא תקופה.

קטלא קניא אמר/ה...

פּשוטער ייד, בנוגע א פּסיכאלאג דאַרפט איר לייענען מייע פּאָסטן מתמול שלשום וועט איר זען אז עסקנים טון שוין אינעם ענין. אפשר אַז איך וועל פאַרברענען אַלעס וואָָס איך זע וועל איז מיזן צוריק אַריינגיין אין באַהאַלטעניש.

איבער די ווונדן, זענט איר גערעכט. עס איז אין שבת ל"ג ע"ב.

ווייטער וועגן נערונג (רבי אלופי ומיודעי פאר אויסלערנען א וואָרט) איז אייער ראיה נישט מעין הפּרשה ווייל פרוכט איז כּולל פיל מער ווי באָקסער. אבער איך בין מער אינטערסירט אין אייערע ´מקורות´ פון העלדן אין פאַרשידענע קולטורן. ראָבינסאָן קרוסוי האט איר אפשר געמיינט? ממש אַ ראיה מוכחת!

און ר´ שמעונס חטא איז געווען אַז ער איז נישט געווען אַ ניאָקאָן און ער האָט זיך נישט געלאָזט איבעררעדן פון דער רוימישער קאַמפּאַניע צו געווינען הערצער און מוחות. און זיין נאַציאָנאַליזם איז אפשר אַז ער האַט געשטיצט אַ שיטה פון גם לי גם לך לא יהיה (´סקאָרטשט ערט פּאָליסי בלע"ז).

יואב אמר/ה...

הלוואי והייתי מבין משהו מכל זה