יום שני, אפריל 28, 2008

אלקי הרוחות לכל בשר חוק לעמו מסר

אָט אַזוי הייבט זיך אָן איינס פון די יוצרות פון שבת הגדול וואָס גראַמט אויס אַלע הלכות פון פאַר פּסח ביז נאָכן סדר. צו מיין מזל האָב איך עס היי יאָר נישט געזאָגט. פאַראַיאָר איז אַן אַנדער מעשה, היי יאָר האָב איך אָבער זיכער נישט געזאָגט. דער שבת פאַר שבת הגדול ווען די גדולי העיר האָבן מעורר געווען אויפן אינטערנעט, סעליולערס, לאַנגע שייטלן און שמאָלע טי־שירטס, יענער שבת בין איך אָנגקומן צו קריאת התורה. ווייטער דער אמתער שבת הגדול ווען די בני ישראל האָבן צוגעבינדן אַ שעפּסל צום בעט, אויף יענעם שבת בין איך אָנגקומן צו קריאת שמע וואָלט איך אפשר נאָך יאָ געקענט אַריינכאַפּן, האָט זיך אָבער געמאַכט אַז אין דעם שול האָט מען עס געזאָגט מיט אַ וואָך פריער. שרעקליכער שלימזל וואָס איך בין. עס האָט מיר אַמאָל אַ ייִד געזאָגט אַז די אַלע ייִדן וואָס קומן אָן יעדן שבת צו אתה הראת קומן נישט נישט אין דער צייט ווייל זיי דאַרפן נאָך אַביסל שלאָפן נאָר ווייל זיי קענען צי ווילן נישט זיין ביי צייטנס. והראיה, האָט ער געזאָגט, וועסט זען אַז ער"פּ שחל בשבת ווי היי יאָר קומן זיי אויך צו אתה הראת כאָטש מען שטעלט זיך אַרום זעקס צי זיבן אַזייגער. שוין ממילא יוצרות האָב איך טאַקע נישט געזאָגט אָבער איך וואָלט שוין געמעגט זאָגן וואָס איך האָב יאָ אָפּגעליטן בהאי צפרא דשבתא.

איך האָב נאָר איבערגעטרויטן דעם שוועל און איך האָב געזען אַז מיין גאַנצער בלאָק און אַלע גלילות זענען געקומן דאַווענען אין מיין שטיבל. איך דאַווען דווקא דאָרט ווייל דאָרט קען איך זיין אַ טמיר ונעלם, מיז מיר כּלל ישראל נאָכלויפן. אַז איך האָב נישט געהאַט אַ בענקל וואָלט איך שוין מוותר געווען אָבער אפילו צו שטיין האָב איך נישט געהאַט פּלאַץ. און דער חוטא ומחטיא וואָס האָט מיר באַגנבעט דער פּלאַץ מיט אַפּאָר יאָר צוריק און האָט שוין היינט דערויף אפילו אַ חזקה איז געשטאַנען אויף זיין, כּלומר מיין, פּלאַץ און מיט אַ שרירות לב זיך אומגעקוקט אויף ארחי פרחי ווי איך וואָס האָבן געדאַרפט שטיין ווי אַ ליימענעם גולם אין מיטן שיל. צוטרויטן בין איך געוואָרן ביי עושה שלום פון דעם אין פאָרנט וואָס להכעיס איז ער פון די ייִדן וואָס שטיין אויסגעטרויטן ביז מחיה המתים און לאָזן קיינעם נישט דורך גיין פאָרויס, די פינגער פון מיינע פיס זענען צובראָכן געוואָרן ביי אַ צווייטנס קדוש קדוש קדוש, און דער רוקן האָט מען מיר צוקלאַפּט ביים ברכו פון דעם פון הינטן. אָבער דאָס וואָלט איך אויך מוחל געווען ווען נישט דער גבאי זאָל זיין געזונט. צו זאָגן אַז ער איז געווען נערוועז איז נישט לשון סגי נהור נאָר לשון שקר בעלמא. ווייל נערוועז האָט נישט גענוג נערווען פאַר אונזער גבאי זאָל זיין געזונט אויף ערב פּסח שחל בשבת ביים פאַרטאָגסיקן שחרית.

די נערוון פונעם גבאי האָב איך שוין געהערט אינעם אור חדש פונעם בעל תפלה. עס איז נישט געגאַנגן ווי יעדער וואָך ונזכּה כילאָני יאַחאַאַאַאַאַאַד במהײַײַײַײַײַײַרה לאווֹוֹוֹוֹוֹוֹרוֹ ברוּוּוּוּוּוּוּך אַתה השם יוצײַײַײַײַײַײַײַײַר המאוֹוֹוֹוֹוֹוֹוֹוֹוֹוֹרוֹת. און דער עולם זאָגט אמן אַהַבה רבה אהבתנו.... די וואָך איז דער שחרית געווען כּמעט וואָכעדיק. אַ ונזכה כולנו יחד אָבער פּליז נישט צוזאַמן מיט די חברה. דער בעל תפלה האָט אָפגעחיפּערט אַ שחרית און דער עולם האָט זיך געשאָקלט נערוועזערהייט. די קני האָבן זיך געקלאַפּט, דער פלייש פון דער שויס האָט זיך געוואָרפן ווי גאַלע אויף אַ קידוש, מען האָט זיך געהאַלטן אין איין פאַררעכטן די טליתים אויפן פּלייצע, אויסגלייכן די סידורים, שנאָרכצן מיט די נעזער, סוף סוף איז עס דאָך זיבן אַזייגער, בודק זיין אַז קיינער האָט נישט באַגנבט דעם חומש, געקלאַפּט דעם קליינעם ער זאָל שוין דאַווענען אַ ייִדיש וואָרט און מיט אַ בייזן פּנים וואָס מען האָט זיך נאָך נישט באַרוהיקט פון נעכטן נאַכט ווען דער קליינער שקץ האָט זיך נישט גוט אָפּגעשאָקלט דער חמץ נאָכן המוציא אין אַ מייז לעכל. דו זעסט נישט וואָס דו טוסט? דו ווייסט נישט אַז דאָרט איז שוין פּסחדיק?

ווי מיין טאָכטער זאָל זיין געזונט וואָס האָט געוועקיומט קלינט איר שולע טאַש נאָך בדיקת חמץ לעבן דער טיש ווי ווייניקער ווי אַ מעת־לעת שפּעטער גייט מען עס שוין אָנרעכטן ווייל דער טור, אוי דער געבענטשטער טור וואָס איז מיר געלעגן אָפן בין־הזמנים נאָך בין־הזמנים, הייבט ער אָן סימן תע"ב יהא שלחנו ערוך מבעוד יום. האָט איר געדאַרפט הערן די קולות. אויף גאַנץ כּלל ישראל געווּנטשן. אַ גאַנצער וואָך ביסטו שוין אין דער היים און פּונקט יעצט האָסט דו דיך דערמאַנט. אויף קוקן די.וי.דיס האָסט דו שוין גאַנץ גוט געהאַט צייט. וויפיל מאָל האָב איך דיר געבטן מאַכן דיין טאַש און יעצט דערמאַנסט דו דיך. און דו ביסט משוגע אינגאַנצן? ביסט אויפן קאָפּ געפאַלן? האָסט נישט געטראָפן אַ בעסערע פּלאַץ נאָר דאָרט אין דער דיינינג רום וווּ דער טיש האָט שוין זילבער פּאַפּיר און פּלאַסטיק און ווידער פּאַפּיר און דאָרט נעמסט דו דער וואַקיום קלינער וואָס די גויטע דאַרף נאָך מאַכן מאָרגן און עס איז דאָ דערין גענוג חמץ צו פיטערן גאַנץ זימבאַבוויי און עס זאָל נאָך איבערבלייבן אויף מקיים צו זיין תשביתו, פּונקט דאָרט? און נעבעך זי פאַרענטפערט זיך אַז דאָרט איז דאָ אַן עלעקטרישן קאָנטאַקט און זי האָט נישט געמיינט און זי האָט נישט געווּסט און זי ענדיקט שוין און עס איז נישט דאָ חמץ און און און. אָבער ווער וויל איר דען אויסהערן אַז מען קען מקיים זיין אַ ויצעקו אל ה´ כדת משה און זיין ייִדענע אויף בדיקת חמץ ביי נאַכט?

בין איך אָבער אין שיל און דער בעל תּפלה האָט קוים געזאָגט עוד ינובון בשבה פונעם שיר של יום און דער נערוועזער גבאי שיקט שוין צו איינעם אויף פּתיחת הארון. דער אַנדער נערוון קראַנקער ביי אונז אין שיל האָט געברענגט צו שלעפּן אַן עקספּרעס בעל קורא און ער האָט געמיינט אַז וויבאַלד דער רעגלמעסיקער בעל קורא איז נישט ממש אַ היימישער, ער לייענט לשון קודש אין אַן ענגלישער אַקסענט, ער גייט אַ קורצער רעקל און ער האָט געטון ספרדישער שידוכים מיט זיינע קינדער ממילא וועט מען אים געבן אַ שפּיל אויס דאָס לייענען ווייל חסידים זענען דאָך פיל מער חיטרע ווי אַזוינע גראָדע מעכעלעך. איז עס נישט געגאַנגן און דער יעדער־וואָכעדיקער יאַט האָט זיך נישט געלאָזט, אָבער ער האָט געוואָלט ווייזן אַז ער יכולט אויך און איך זאָג אייך אַז דער וואָס האָט געהאַט פּתיחה האָט עובר געווען אויף לפני עור לא תתן מכשול ווייל אויף צו לייענען אויף זיבעציק מייל אַ שעה מיז מען טאַקע זיין אַ חסיד, און כאָטש ער איז זייער אַ פיינער ייִד קיין חסיד איז ער נישט און ער איז איבער געפאַלן זיין אייגן צינג.

וואָס זאָל איך אייך זאָגן. מען האָט זיך געיאָגט און מען האָט געטריבן און מען איז געלאָפן און נאָך ה´ אחד ושמו אחד, אנעים זמירות האָט מען אויסגעלאָזטמחמת א קיצור השל"ה בלעס הים, איז געווען ביים טיר אַ סטעמפּיד ווען האַלב כּלל ישראל האָט זיך פּראָבירט דורך שטיפּן אַ טיר וואָס איז קוים חייב במזוזה. איך בין אהיים געקומן מיט אַ ברען מאַכן לחם משנה אויף די ברעקל־לאָזע חלות וואָס אין אַ צווייטן גלגול וואָלט מען עס גערופן טייג (איך זאָג ´עס´ ווייל איך האָב בטעות אויף געגעסן האַלב פון מיין לחם משנה פרייטיק צו נאַכטס און איך בין געבליבן מיט איין פאַראלמנטע חלה) און די חברה האָבן אַלע געכראָפּעט אין גרויסן. ווילן נישט וויסן פון אַ לחם משנה, פון אַ קידוש במקום סעודה, פון אַ כּזית חלה, פון א סעודת שבת און שלאָפן רחמנא לצלן כּאילו עס איז גאָרנישט ערב פּסח שחל בשבת. איך שריי, שומו שמים, דאָס נעקסטע מאָל דאָס פּאַסירט וועט איר שוין אלע האָבן אייניקלעך כּניינעהאָרע איז קומט, קוקט, עמדו ושמעו וויאַזוי אַ ייִד רעכט אָפּ אַן ער"פּ שחל בשבת אָבער ביי זיי איז ויקץ ויחלום שנית. איך האָב זיי פאַרגינט אַ שלאָף עס האָט מיר אָבער וויי געטון אַז מיין ליבשאַפט צו מנהגי ישראל בין איך נישט פעהיג זיי מוריש צו זיין. אַז ביי מיר איז דער ערב פסח שבת אַן עווענט און ביי זיי איז עס אַ צופאַל. נו, אַז זיי שלאָפן בין איך אויך נישט קיין מפּיל קינד און איך האָב באַשלאָסן אַז מיר וועלן מיר מאַכן אַ גניבה. שבת זאָגט אַפילו אַן עם־הארץ נישט ליגנט אָבער אויף די גניבה והוא רחום יכפּר עון.

מעשה שהיה כּך היה. עס האָט זיך מיר פאַרשמעקט מאַכן קידוש אויף אַ גלעזעלע וויסקי כמנהג ראָפּשיץ מאַכן קידושא רבא אויף אַ שהכּל. דער וויסקי האָט דאָך אָבער שוין געהערט פאַרן גוי לויטן שטר מכירה וואָס די בעסטע ייִדישע יוריסטישע קעפּ האָבן ערפונדן (אָבער וואָס דער גוי זאָל לא עלינו נישט דינגן אַ לויער אים צו ראָטן) און גזל עכּו"ם איז אסור אָדער ווי דער צאַנזער רב האָט געזאָגט עס איז מותר אָבער אַז מען כאַפּט איז ביטער. נו, אָבער נאָך מער ביטער איז קידוש צו מאַכן אויף זאַפט פון קאָנקאָרד טרויבן וואָס איז כּשר לקידוש ולד´ כּוסות אָבער אין מויל נישט אַריין צו נעמן, בפרט ווען מען קען בלויז צובייסן פסחדיקן ´מזונות´. אַכּלל, ווען דער עולם איז געשלאָפן און די פייגלעך האָבן נאָך געזאָגט שירה בין איך אַרויף אויף אַ בענקל צום העכסטן שאַפע ווי עס איז געלעגן דעם גויס יי"ש, צושטאַטלעך אויפגעקלעבט דער קלעב וואָס איז מבדיל בין חמץ למצה חלילה נישט צו רייסן אויף שבת, זיך געייִשובט צי איך זאָל נעמן דעם טיטשערס מחמת והיו עיניך רואות את מוריך און באַשלאָסן צו ענדערשן דעם שיבת ריגל לזכר עליה לרגל בשוב ה´ את שיבת ציון. איך האָב אַראָפּ געשמאָגלט דאָס פלעשל, אָנגעפילט אַ שטאָמפּל און געמאַכט אַן על כּן ברך כדת וכּדין, און נאָך אַ שטאָמפּל פאַר קידוש במקום סעודה און דערמיט יוצא געווען נישט נאָר שלש־סעודות נאָר סעודת ר´ חידקא אויך.

איך זאָג אייך האָב איך געהאַט אַן אפיקומן. מים גנובים ימתקו איז ביטער געזאָגט. געגנבט לויט אלע דיעות מיט אַלע הידורים. און פאַר די וואָס ווילן מיר האַקן אין טשייניק מיט אייער בלו לעבל פאַר $150 דאָלער אַ פלעשל, זייט מוחל און זייט אייך מחיה מיט סוואַראָווסקי קריסטאַל וואָס איר האַלט אוודאי אַז עס פּאַקט איין פאַבערזיי איי און יעדער אַנדער קונסט בבת אחת אויסער, פאַרשטייט זיך, הצורפים לייכטערס. איר האַלט אויך אוודאי אַז ריצאַרד קליידערמאַן איז דער העכסטער ניוואָ פון מוזיק און רידערס דייזעסט פון שרייבן און שאַטוי נעף איז ממש חמר מרת דמבראשית. האַלט אייך דערמיט און איך וועל בלייבן מיט מיין אָרעמן קידוש און מיין כּל חמירא וחמיעא דאיכּא (דליכּא?) ברשותי וואָס איך האָב געזאָגט נאָך מיין זיסן שלאָף פאַר עבדים היינו.

חסל סידור פּסח און פאַרגעסט נישט ציילן ספירה פאַר ברוך שאמר ביי שחרית און נאָך אנא בכח ביי מנחה.

2 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

דער 'ונזכה כולנו' איז א שאלה פון עובדה דחול, וואס איז אפי' בחדרי חדרים , דארט ווי איך האב געדאווענט, אויך אסור.

מיין גוי האט געהערט אז חמץ אין וויליאמסורג איז טייער אז פוד סטעמפס קלעקט שוין אויך נישט, און דער פרייזן שטייגן נאכאלס, אין נאכן זיך דיירען ביי אונז חסידים פאר די לעצטע צען יאר, איז אים איינגעפאלן צו 'פליפן' די חמץ צו א שכן אין בעדפארד סטיי, אבער יענער האט דאס נישט געקענט באווייזן ווייל ס'פאדערט זיך א חסידישע אפרעיזער, א חסידישע מארטגעדזש בראקער, און זיי האבן נישט געוואלט אנטייל נעמען אין די חמץ האנדל אים חול המועד. סאו מיין דיין האט רואיג געקענט ארויסבעקן פונעם קאנטראקט בשעת דער עולם זינגט נאך כאשר זכינו 'לסדר' אותו (ביי אונז איז עס אותה).

קטלא קניא אמר/ה...

זיי האָבן דאָך געהאַט אַ היתר פון אַ דבר האבוד, בפרט פליפּן וואָס דאָס איז מער עובדין דשבת ווי עובדין דחול.