יום שני, מרץ 14, 2005

מאימתי...

זיצענדיק בײַם סיום און אױסהערנדיק די דרשות איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז איך שפּיר מיך אױסגעשלאָסן פֿון אחינו כּל בית ישראל. זיצן טױזענטער ייִדן װאָס פֿרײען זיך צו האָבן געענדיקט ש"ס און איך 'גײטקרעש' זײערע שמחה װי אַ סאָרט זר הקרב. לאָמיך קלאָר מאַכן: אין מײַנע אױגן איז דער אָרגעניזאַציע פֿון דער סיום געװען װי דער פֿײַערונג פֿון אַ סאָװיעטישן מײַ טאָג. אַן אױבן־אָן אָנגעשטאָפּט מיט פֿירער און אַרום זײ זענען די דאַנקבאַרע קאָמראַדן װאָס לעכצן צו זײַן נאָך אַ סעקונדע אינטער אײן דאַך מיט זײערע מנהיגים אױסגעגאַנגן פֿאַר מתיקות צו הערן זײערע קול. אַז איר װילט זען אַן עמך ייִד טון אַ מצווה מיזט איר װאַרטן אַז דער פּרעזידענט זאָל זײ אײַנלאַדענען אױף אַ חנוכּה לעכט צינדן. דעמאָלסט שטעלט מען צו גראָזװאָרצל ייִדעלעך פֿון די סאָרט װאָס אױף זײ האָט דער בעל שם טוב געגרינדערט זײַן באַװעגונג. אױף די אַלגעמײנע פֿאָטאָ סעציעס לױנט עס פֿאַר אונזערע עסקנים צוצושטעלן אַ שמײכעלדיקע פֿאַרטוליעטע ייִדישקײט.

דאָס איז אָבער אַזאַ תאמר לבית יעקב, אַן אמירה רכּה פֿאַר אַ קריסטליכע אָדיענץ װאָס קענען נישט פֿאַרטראָגן דברים הקשים כּגידים. װען ס'איז פֿאַר אַ רײן הײמישן עולם ברענגט מען אַרױס די ריטן און בײַטשן און מען שטעלט אַרױס דער גאַנצער פּאָליטביוראָ מיט פּנימער כּאילו ס'איז כּלו כּל הקיצים. קײן אײן בעל דרשן װאָס איך האָב געהערט האָט נישט פֿאַרטרױטן די עמך ייִדן, די צענדליקע טױזענטער בעלי בתים װאָס האָרעװען אױף אַן ערליך שטיקל ברױט און נאָך אַ שװערן טאָג גײן זײ אין בית מדרש אַרײַן צו זײערע שיעור, װאָס נאָך זיך לײגן שפּעט בײַ נאַכט שטײן זײ אױף פֿאַרטאָגס אױף גאָרנישט עפּעס אַנדערש װי אַ בלאַט גמרא אָדער די װאָס געבן אױף זײערע לאָנטש שעה אַרײַנצוכאַפּן נאָך אַ דף. אַנשטאָט איז געװען אין דער בראָשור אַ פֿיר בלעטערדיקע באַריכט פֿון דער עסקנות װאָס איז אַרײַן אין אָרגאַניזירן דעם סיום. מאַדיסאָן סקװער גאָרטן קען מען אָנפֿילן יעדער מאָנטיק און דאָנערשטיק אָבער אַזױ װי מען לײגט אַרײַן אַפּאָר הײמישע ייִדן דאַרף מען האָבן דער מסירת נפֿש פֿון נחשון, דער חכמה פֿון בצלאל, דער אָרגאַניזאַציע פֿון יתרו ועל כּולם דער סייעתא דשמיא פֿון אגודת ישראל און מיט דעם אַלעס איז עס אַ נס אַז ס'איז נישט דורכגעפֿאַלן דער לעצטער מינוט. צום באַריכט איז געװען אַ בילד פֿון דער פּרעזידיום װי זי טרעפֿט זיך צו פּלאַנירן. פֿון צװישן די בענקלעך האָט עס אױסגעזען נישט אַזױ װײַט אַ קאָמיטע נאָר אַן איבערגעבונג פֿון אַ דיקטאַט. הװיצע פּרעזידענט ידבר וה'קאָמיטע', װאָס איז ניטאַמאָל יצא מכלל נפֿל, יעננו בראש.

דערנאָך זענען די באַריכטן אין די צײַטונגן פֿאַרנומן מיטן 'דײאיס', דאָס באַליבסטעסטע ענגלישע װאָרט פֿאַר המודיע און יאַטעד שרײַבערס, װאָס דאַרף אָנגעפֿילט װערן מיט יעדער פֿון די אָפֿיצירן װאָס פֿילן אָן דרײַ גאַנצע בלעטער פֿונעם בראָשור. אינטערסאַנט אַז עדיוקײשן אין הײמישע צײַטונגן מיז זײַן 'חינוך' אין קורסיװע אותיות, יונגעלײַט װערן 'אברכים', ראַבײַס װערן 'גראַנד ראַבײַס' און 'מאַראַנאַן...' אָבער פֿאַר אַן אױבן אָן איז זײ נאָר גוט אַ ראַפֿינירטן ענגלישן װאָרט װי דײאיס. אַ פּלאַטפֿאָרם איז צו באַנעריש און אַ סטײ'ז צו טיאַטעריש. פֿאַר די ענגלישע פּעדאַנטן װאָס זײערע קראַפֿט אינעם שפּראַך שײַנט אַרױס װאָך װאָכענטלעך פֿון זײערע אָפּ־עדס איז דײאיס דער אײנציקסטער װאָרט װאָס זאָל פּאַסן דערױף אױסצולײגן די באַלײַכטער פֿונעם דור. ולפֿיכך אױף יעדער כּנסיה לשם שמים װאַקסט דער דײאיס לױט דער געװיקס פֿון זײערע דעות, מדה כּנגד מדה׃ אַז מען ציט צאַם דעם פּנים װי זױער־טײג װאַקסט מען װי זױער־טײג. שאור שבעיסה מיט אַ הכשר.


דאָס אַראָפּ פֿון האַרצן מיז איך זאָגן אַז זיצענדיק דאָרט האָט זיך מיר פֿאַרשמעקט צו װערן אַ מיטגליד אַז דאָס נעקסטע מאָל דער באַן קומט צו פֿאָרן װעל איך אױך קענען בלאָזן מײַן פֿײַפֿער. טראָץ די קולות וברקים און גפֿרית ומלח פֿון מאַנכע רעדנערס זענען געװען אַזעלכע װי דער בעל מסיים אין זײַן באַחנטע ליטװישע ייִדיש װאָס האָבן מיט אײן טרער מער גערעדט װי די אַלע סליק רעדנערס און זײערע פּרעזענטאַציעס. די דברים של טעם פֿון דער נאָװימינסקער האָבן געװיזן אַז דברי חכמים בנחת נשמעים האָט נאָך אַ באַדײַט.

איך בין מיר געזעסן און געטראַכט אַז טאָמער איך װעל אָנקומן אין בית מדרש דער נעקסטער טאָג מיט אַ גמרא אין די הענט און זיך זעצן לערנען װעל איך אױסזען װי אַ ישיבה־קטנה בחורל אָנהײב זמן. שױן אין ישיבה קטנה האָב איך פֿײַנט געהאַט די אָנהײב זמנים װען אַלע בחורים זענען געװען סופּער־װױל, מיט פֿרישע גמרות, נײַע פּלעצער און חברותות און מען האָט נישט אַרױסגעקוקט פֿון דער סידור אפֿילו בײַ דער הױכער שמונה עשרה. איך האָב עס דעמאָלסט פֿײַנט געהאַט װײַל איך האָב מיך געשפּירט װי אַ נאַר פֿאַר מײַן אײגענער צינישקײט װאָס האָט מיר געזאָגט אַז דאָס האַלט זיך פֿון אסתר־תענית אױף פּורים. איך האָב אױך מורא געהאַט אַז װען איך גײ צוריק צום אַלטן װעט עס װײַזן אױף אַ קינדערישקײט װאָס לאָזט זיך נתעורר װערן פֿון יעדער שטות. איך האָב געהאַט אַ חבר װאָס האָט מיר געזאָגט אַז דער מהר"ם װאָס איז געדריקט אינטער דער מהרש"א איז געװען פֿון די טיפּן, װײַל אין די מסכתות װאָס מיר האָבן דעמאָלסט געלערנט איז אײביק געװען גרױסע לאַנגע שטיקלעך אָנהײבן מסכתא און דערנאָך איז ער מיד געװאָרן און די שטיקלעך פֿאַלן אָפּ. ממילא, נישט אָנהײב זמן און נישט שבת סליחות אָדער שלש־עשרה מדות פֿלעג איך מאַכן די שטיקעס דוקא װײַל דעמאָלסט װאָלט עס געװען מיטלױפֿענדיק מיטן שטראָם. אַנדרע װעלן אפֿשר זאָגן װי אַ רבי האָט געטײַטשט והתקדשתם והייתם קדושים, אַז מען מאַכט זיך הײליג װערט מען הײליג. און אַז איך װאָלט מיך דעמאָלסט אַביסל מער געמאַכט װאָלט אפֿשר מער לײַט פֿון מיר געװאָרן. דאָס איז אָבער פּראָסטער ספּעקולאַציעס און װי די ספֿרים הקדושים זאָגן אין לי עסק בנסתרות.

בין איך געגאַנגן אַ רקידה נאָכן סיום װען ייִדן האָבן זיך אַביסל געשעמט אַרײַנצושפּרינגן אין ראָד, און דער נעקסטער טאָג נאָך שחרית האָב איך מיר אַרױסגענומן אַ גמרא און אָנגעהױבן מאימתי. ביז צװײ טעג איז צו מיר צוגעקומן אַ ייִד צי איך זיך אפֿשר אַ שותף. איך האָב מיך העפֿטלעך אױסגעדרײט. איך בין פֿאַרהאַנקעט אױף דף ד' און דער באַן פֿאָרט. איך רעד מיך אײַן אַז ס'איז אַגדתות און ס'איז לײַכט זיך מיטצוכאַפּן און איך װעל מיך טאַקע נאָך מיטכאַפּן. בײַם סיום האָב איך אפֿילו געטראַכט אַז דער בלאָג זאָל װערן אַ טאָגביך פֿון מײַן געראַנגל צו אַלעדיקן אַ בלאַט. דער בלאָג דאַרף דאָך אָבער אָנגײן... על כּל פּנים נעקסטער מאָל מען בעט מיך אַ שותפֿות װעל איך עס כאַפּן בשתי ידים.

דערװײַל גײ איך אַצינד כאַפּן אַ גמרא. ס'איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק אױף מי איכּא ספֿיקא קמי שמיא אָבער דאָס אױף נעקסטער מאָל.

תגובה 1:

אנונימי אמר/ה...

איך ווייס באמת נישט וואס איז דא "דייאיס"?