יום שלישי, ספטמבר 28, 2004

נשמה שנתת בי

מײַן זין האָט מיר געזאָגט מוצאי יום כּיפּור אַז ער דאַרף נישט צופֿיל שלאָפֿן דעם נאַכט. אױף מײַן װוּנדערונג האָט ער מיר געזאָגט װײַל נאָך אַ טאָג װי יום־כּיפּור האָט זײַן נשמה נישט אַ סאַך אױפֿצושרײַבן װען זי גײט אַרױף בשעת ער שלאָפֿט.

די סוכּה שטײט שױן ברוך השם אָבער איך האָב נאָך נישט אפֿילו אײנס פֿון די ד' מינים. איך זיך נאָך דעם טעם וריח.

ס'זענען לעצטענס געװען אַפּאָר שידוכים אין מײַן משפּחה און נאָך די ימים טובים װעלן זײַן אַפּאָר חתונות און איך קיק אױף זײ נישט אױס. פֿאַרקערט, ס'איז אַ געלעגענהײט צו זען פֿון דער נאָנט װאָס פֿאַר אַן אינסטיטוציע עס איז, װיפֿיל געלט עס קאָסט אָפּ, און װיפֿיל האַרץ װײטאָג און אָנגעצױגענקײט ליגט אין דעם. דאָס ערגסטע איז צו הערן פֿון די זקן ורגילס װאָס האָבן שױן חתונה געמאַכט אַ קינד צװײ און זײ רעדן פֿון דעם גאַנצן עסק מיט אַזאַ לײַכט שעציקײט און אַ שפּעט אױף יענעמס קאָפּ װײַטאָג. נעם די אײַנלאַדענונג קאַרטלעך, דאַרפֿסט נישט בעסער, מאַך דיך נישט נאַריש יענער זאַל איז אױך גוט, דאַרפֿסט נישט אַ פֿאָרשפּײַז װײַל דער עולם רוקט זיך סײַװי הערשט אָן נאָך דער יױך און אַזױ װײַטער. איך האָב אים געװאָלט פֿרעגן און קינדער דאַרף מען יאָ? אײנס פֿון מײַנע זאָרגן פֿון עלטער װערן איז צו װערן אַרײַנגעזאַפּט אין דער שנעל־זאַמד פֿון חתונה מאַכן די קינדער. נישט דער געלט שטערט מיך נאָר דער אַסאַך נחת, דער זאָלסט זוכה זאַן..., דער מערשטעם בײַ דיר אױף שמחות. אײן צדיק האָט נאָך געזאָגט צו מײַן שפּעטן, װעסט נאָך זען װען דו װעסט חתונה מאַכן און איך האָב אים געװאָלט זאָגן... בעסער נישט איבערצוזאָגן.

דערװײַל קומן די קינדער באַלד אַהײם דער לעצטער מאָל בײַם אַלטן רבין װײַל נאָך יום טוב גײן זײ באַלד אַרױף קלאַסן. װעלן מיר זען סאַראַ תנא קמאס זײ װעלן באַקומן פֿאַר מלמדים. צי ער װעט האַלטן װי דער הײַ יאָריקע מלמד 'אַז אַ קינד דאַרף װיסן אַז ער קען אַמאָל כאַפּן אַ פּאַטש.' איך האָב אים געענטפֿערט אַז איך שלאָג אים אַלײן נישט הלמאי זאָל איך אײַך דינגן דערצו. כּלם אהובים כּלם ברורים אַלע אַרבעטן שװער, אַלע צאָלט מען אַ שיבוש, אַלע האָבן שטיבער מיט קינדער, אַלע אַרבעטן זעקס טעג אַ װאָך און 'רוען' זיך אָף אױף גאָטס ליבן טאָג אין זײערע אײגענע קלאַסן אין דער הײם און פֿון זײ בלױז די מלאכים קומן אַרױס אינעם פֿילן זינען. איז װאָס איז דער װוּנדער אַז בײַ פֿיל פֿון זײ איז דער עשה פֿון חושך שבטו שונא בנו דוחה דער לא תעשה פֿון לא הקפּדן מלמד. אַפֿילו די װאָס שלאָגן נישט װײסן אױך נישט װאָס צו טון מיט די קינדער איז שרײַט מען, און מען קלאַפּט און זעצט און מען קוקט אַרױס פֿון די פֿענסטערס, און מען דערצײלט שײנע מעשות װײַל קײנעם איז נאָך נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן צי װאָס מען האָט אַ תלמוד תורה און װאָס גענױ מען װיל פֿון די קינדער חוץ אַז זײ זאָלן װאַקסן תלמידי חכמים װאָס רוב װעלן סײַװי נישט אױסװאַקסן. נישט מחמת דער יצר הרע פֿון די קינדער נאָר װעגן דער יצר טוב פֿון די מחנכים װאָס שפּראָצן אױף חדשים לבקרים. יעדער האָט אַ פֿרישע מעטאָד פֿון האַנדלן מיט שװערע קינדער אָן צו טראַכטן אַז רוב קינדער זענען נישט שװער. ממילא פֿאַר דאָס רוב האָט קײנער נישט אַ פּלאַן װײַל כּל זמן סהענגט נישט איבער זײ אַ סכּנה אַז זײ װעלן חלילה אױסטון די יאַרמולקעס קען מען זײ לאָזן לױפֿן בדרך ישראל סבא. און איבערצודעקן אױף װאָס מען טוט נישט מיט זײ ברענגט מען כּסדר אַרײַן פֿרומקײטן. אַלץ ייִנגער טאָרן די מײדלעך נישט גײן זאָקן און די ייִנגלעך קורצע הױזן. אַלץ קומט אַ פֿרישע בריװ אַהײם איבער די קאָליר פֿון די שטרימפּ און דער לענג פֿון די קלײדער. ייִדן זענען דאָך אָבער ייִדן. איז אײַנגעפֿאַלן פֿאַר עמעצען אַז מען קען קױפֿן שטרימפּ אין אַ קלענערע נומער און נאָך מען ציט עס אױס װערט עס אַביסל דורכזיכטיג. האָט מען אױף דעם אױך געמאַכט אַ תקנה. לערנען איז טײַער, לערערענס און מלמדים דאַרפֿן עסן. פֿרומקײטן זענען אָבער ביליג. זײ קאָסטן נישט מער װי קאָפּיען די גזירות און אױסטײלן אין די קלאַסן. און סוף סוף מעסט זיך דאָך דער הצלחה פֿון אַ מוסד נישט אױף די קװאַליװיקאַציעס װאָס קומן סײַװי נישט צו ניץ נאָר אױפֿן אָטענטישקײט פֿון זײערע ייִדישע טעכטער.

איך װײס נישט צי עס איז דאָ אַ גרעסער עגמת נפֿש פֿון דאַרפֿן צוקיקן װי קינדער װערן ערצױגן אין אַ סיסטעם פֿון װאָס מען האַלט אַלײן אַזױ װײניק. אַזױ האָט זיך עס מן הסתם געשפּירט בײַ די סאָװיעטן װען דיסידענטן האָבן געדאַרפֿט שיקן די קינדער אינעם סיסטעם אַרײַן און זײ האָבן נישט געװוּסט װיפֿיל פֿון זײערע מײנונגן זײ מעגן אױסזאָגן פֿאַר די קינדער. פֿון דער אַנדרע זײַט װען איך זאָל זײ שיקן אין אַלגעמײנע שולן װאָלטן זײ אַהײם געקומן פֿרעמד צו דאָס װאָס איז בײַ מיר הײליג און טײַער. איז פֿאַרװאָס זאָל איך נישט טאָרן האָבן דער הנאה פֿון אױפֿציען מײַנע קינדער אין מײַן קולטור אַז איך זאָל מיך מיט זײ טײלן מײַן ירושה און פֿאַרװאָס זאָל איך מיזן צוקיקן װי מײַנע קינדער טײלן זיך פֿון מיר אָפּ און דער שפּראַך פֿון די דורות האַקט זיך אָפּ און איך בין גאָר דער האַקער. נאָר גויים מעגן זיך זעצן צו אַ חגא טיש זײדעס, טאַטעס, קינדער און אײניקלעך און אַלע געניסן פֿון דער זעלבער טראַדיציע אָבער בײַ ייִדן מיז דער זײדע עסן שמורה מצות, דער זין מאַשין מצות און דער אײניקל חמץ בפּסח? אַז יעקב האָט געגנבעט די ברכות איז אים אױך אױסגעקומן צו זײַן בײַם טאַטענס טיש איז עס דאָך זײַן רעכט אױך.

װעלן זײ װײַטער גײן אין חדרים װוּ קוריקילום איז אַ װאָרט װאָס כּל הרוצה ליטול את השם פֿעפֿערט דערמיט זײַן שפּראַך און ונשלמה פּרים שפֿתינו מיט רעדן דערפֿון מײנען זײ איז מען יוצא. ס'איז דאָ מלמדים װאָס אַרבעטן שװער, זײ זענען איבערגעגעבן און זײ האָבן ליב די קינדער אָבער מען געבט זײ נישט די געצײַג, די מעטיריאַל מיט װאָס צו לערנען. פֿאַרקערט מען געבט זײ שװערע גמרות און מען לײגט אַרײַן כּוחות אָן צו טראַכטן װאָס מען װיל פֿון די קינדער, צו װאָס זײ זענען פֿעהיג, װאָס פֿאַר אַ ניצן די קינדער װעלן דערפֿון האָבן און װיאַזױ דאָס װעט זײערע ייִנגע קעפּ פֿאָרמירן. דער פֿראַגע איז נישט לימודי קודש אָדער לימודי חול נאָר װאָס און צוּװאָס פֿון קודש אַלײן. איך װעל עס נישט פֿאַררעכטן. אדרבה װען די קינדער קומן אַהײם און איך לױב זײ בין איך עס אַלײן מחזק װײַל אַז איך לײג נישט אַ דגוש אױף װאָס זײ לערנען װעלן זײ עס אַלײן נישט נעמן ערענסט. אױ לי מיצרי אױ לי מיוצרי!

איך האָב נאָך אפֿילו נישט אָנגערירט די מדות טובות און פּראָסט מענטשלעכקײט װאָס זײ זענען זיך קונה אין חדר. איך מיז אָבער לױפֿן זען װאָס די ד' מינים סוחרים האָבן צו פֿאַרקױפֿן און װיפֿיל ס'װעט זײ געלונגן מיר צו שינדן. אַז ס'װעט זײַן בכדי שיעשה װעל פֿון דעם אױך דערצײלן. און אַז נישט האָט מיר אַ גוטן יום־טוב.

יום חמישי, ספטמבר 23, 2004

שלש עשרה מדות

אַ נקמה אין דעם בעל דבר. שלש עשרה מדות און איך בין געװען אין שיל שױן בײַ מדת טובך וענותנותיך, ס'איז מיר געלונגן זאָגן אַ האַלבע טיץ קל הורת לנו'ס בציבור, בײַ תרצני בקראי ה' ה' בין איך אַריבער געשפּרינגן װי אַ הײַשרעק צו ה' ה' און ס'האָט געקנאַקט. מײַן זין איז אױך געװען מיט מיר און ער איז אױף מיר נערװעז געװאָרן װײַל איך בין געװאָרן אױפֿגעהײַטערט פֿון װאָס ס'קומט און איך האָב אים געגעבן אַ מיש. ער האָט מיר דווקא געװאָלט װײַזן אַז ער װײסט שױן אַלײן װוּ צו זאָגן. איז נישט. איך האָב מיך פֿאַרטיפֿט אין מײַן סליחותל און אױסגעהערט װי דער חזן האָט זיך געגאָרגעלט אַדױנױ אַדױנױ.

ייִדן, ס'װעט קומן אַ טאָג װאָס איך װעל געװױר װערן װיאַזױ עס זעט אױס דער גיהינום פֿאַר די װאָס לאָזן אױס מנחות אין די עשרת ימי תשובה. לאָמיר נאָר האָפֿן אַז מען זאָגט דאָרט שלש עשרה מדות. װעט איר פֿרעגן און װאָס איז דען דער גדולה? זאָגט מען עס דען נישט צענדליקע מאָל פֿאַר דעם און נאָך דעם? פֿרעג איך אײַך׃ און המלך זאָגט מען דען נישט יעדען שבת? מען דאַרף נישט אַלעס פֿאַרשטײן. מען דאַרף אַמאָל אױך קענען צומאַכן די אױגן און זיך לאָזן אײַנגעזאַפּט װערן אין דער קדושה װאָס נידערט אַראָפּ.

אַז דער חזן האָט געענדיקט זײַן שטיקל האָב איך מיך נישט געקענט אײַנהאַלטן פֿון כאַפּן אַ בליק. ס'איז כּאילו מען נעמט אַ װײַטיק קאָנטראָל (רימאָט קאָנטראָל בלע"ז) דער לאַנגער, שמאָלער בדרך כּלל שװאַרצער מעשה מיט אַ סאַך קנעפּלעך װאָס װױנט אין אַלגמײנער משפּחות אױפֿן קאַװע טיש אין דער סאַלאָן און װער ס'כאַפּט עס ערשט זיצט און האַלט עס װי אחשוורוש האָט געהאַלטן זײַן שרביט הזהב. װיפֿיל פּאָר פֿאָלקן האָבן זיך שױן געגעט װײַל שטענדיק כאַפּט ער עס ערשט, װיפֿיל ברידערס האָבן זיך שױן צובלודיקט איבער דעם און װיפֿיל צער און עגמת נפֿש האָט עס שױן געברענגט אױף דער װעלט?

בײַ אונז כּלל ישראל דער מבחר שבאומות איז דאָס אַלעס נישט שייך װײַל מיר פֿאַרמאָגן נישט אַזעלכע טשאַטשקעס. מיר קאָנטראָלירן נישט פֿון דער װײַטענס נאָר פֿון דער נאָנט. אמת מיר האָבן עס אױך פֿאַר אונזער סטעריאָס און אײר קאָנדישענס און מיר זענען בכלל נישט צוריק געבליבן. חלילה, װאָס פֿעלט אונז דען? בעל כּרחך מיז מען אָבער מודה זײַן אַז ס'איז נישט דער זעלבער זאַך. און נאָך אײן מזל. מיר האָבן אַ טבע אַז ס'קומט אונז שױן יאָ אױס אַמאָל צו כאַפּן אַ קוק אױף אַ טעלעװיזיע לערנען מיר עס אָפּ װי מיר לערנען אַ סוגיא. מען לערנט אַ סוגיא און פֿאַר ס'פֿאַלט עפּעס אַלײן אײַן האָט מען מורא אַז אפֿשר האָט דער מהרש"א עפּעס געפֿרעגט, און ר' עקיבא איגר און דער רשב"א און דער רמב"ן און מען ברענגט אַ באַרג מיט ספֿרים אַלץ װײַל מען פֿאָרכט אַז אפֿשר לאָזט מען עפּעס אױס. און בײַ דער טעלעװיזיע װען חלילה וחס רחמנא לצלן ס'קומט אױס צו קוקן בלעטערט מען די קאַנאַלן װײַל אפֿשר איז דער נײַעס דאָרט בעסער װי דער נײַעס דאָ. און װען מען װײַזט דער װעטער אױף סי ען ען לױפֿט מען צו אײ בי סי און דערנאָך טױשט מען װידער סתם דורך צו לױפֿן אַלע קאַנאַלן. נישט חלילה װײַל מען זוכט טמאנע זאַכן. פּשוט װײַל אפֿשר איז דאָ עפּעס און מען דערלײגט עס, מען פֿאַרלירט עס לעולם ועד. אַ ייִד װײסט אזַ יעדער מינוט איז טײַער און װאָס מען האָט יעצט קען מען קײנמאָל נישט צוריק באַקומן און דערפֿאַר מיז מען ערשט כאַפּן דעם קאָנטראָל און כּסדר טױשן. װײַל אַז מען קען משלים זײַן קרבנות בײַ הױכע שמונה עשרה און אַרײַן כאַפּן אַ האַלבע דף בין גברא לגברא הלמאי זאָל מען נישט קענען בודק זײַן דער נײַעס אין מיטן אָפּרע, זען צי מען רעדט נישט פֿון ארץ ישראל, פּשי האָסט געזען דעם כּותל, יענער קאָמערשיעל איז געװאַלדיק, דער לײב אױף נעשנאַל דזיאָגראַפֿיק איז עפּעס מוראדיק, נישט צו גלײבן. װיאַזױ מאַכן זײַ דאָס? האַלטסט ס'איז אמת צי זײ מאַכן עס פֿאַרן פֿילם?

אָט אַזאַ קאָנטראָל איז געװען אין שיל. דער חזן האָט נאָר אױסגעלאָזט און ס'האָט אױסגעזען אַז עמעצער האָט דערלאַנגט אַ דרוק אױפֿן קפֿיצת הדרך קנעפּל ('שנעל פֿאָרױס' בלע"ז). דער שאָקל איז מיטאַמאָל געװאָרן שנעלער, און די קולות אױף אַ העכערן גראַד און אַ געשרײַ האָט אױסגעבראָכן יהי רצון מלפֿניך...

אײערנעכטן בין איך דורך צװײ ייִנגלעך אױף דער גאַס הער איך װי אײנער זאָגט פֿאַרן צװײטן אַז זײַן רבי איז הײַנט געקומן אין חדר האַלב עלעף. ס'איז עשרת ימי תשובה און איך בין נישט מקטרג. װען ס'זאָל געװען הײַנט װאָלט איך עס תולה געװען אַז ער איז געגאַנגן צו תשליך. װײַל אַז פֿינעף און נײַנציק פּערצענט פֿון כּלל ישראל גײט תשליך אױף ראש השנה מיז זײַן אַזעלכע װאָס גײן דווקא נישט. און הײַנט האָב איך טאַקע געזען בײַ די װאַסערן װי אנשים, נשים וטף טראַסקן אַרײַן זײערע זינד אין דער װאַסער אַרײַן. נישט קײן װינדער ס'דאַרף אַ הכשר.

איך האָב עס תולה געװען אַז יענער מלמד איז אַװדאי געגאַנגן שלאָגן כּפּרות מיט זײַן הױזגעזינד. כּפּרות איז אײנס פֿון די זעלטענע זמנים װאָס ייִדישע משפּחות גײן אַרױס װי אַ פֿאַמיליע. איך זאָג נישט, חול המועד װען מען פֿאָרט צו דער זאָאָ־גאָרטן זעט מען עס אױך און פּסח בײַ נאַכט נאָך מען שפּאצירט אַהײם פֿון דעם שװערס סדר. אַלגעמײן אָבער איז אַ זעלטענער יקר המציאות צו זען אַ הײמישע פֿאַמיליע שפּאַצירן אױף דער גאַס איש ואשה מיט די עלעף מיט אַ האַלב נחתלעך. און אַז מען זעט יאָ װײסט מען באַלד אַז זײ זענען טוריסטן פֿון דער פֿרעמד. חוץ אַז מען גײט שלאָגן כּפּרות.

מײַן טאָכטער פֿרעגט מיר צי איך גײ שטױסן דער געלט. איך האָב נישט געװיסט װאָס זי װיל פֿון מיר. זאָגט זי אַז זי האָט געזען פֿון דער פֿענצטער אין שולע װי מענטשן שטױסן די הינדלעך. װיבאַלד זי װײסט אַז מיר ניצן מיר געלט פֿרעגט זי גוט. איך האָב איר געפֿרעגט צי זי האַלט אַז דער אײבישטער װעט שנעלער פֿאַרגעבן זינד אַז מען קאָפּעט אַן אומשולדיק עוף האָט זי געזאָגט אַז מען האָט עס נאָר געגעבן אַ קלײנע שטיפּ.

איך האָב געזאָגט מײַן בעל הבית אַז מאָרגן קום איך נישט אַרבעטן װײַל ס'איז אַ מצווה צו עסן. זאָגט ער מיר 'אײַ לאָװ יאָר רילידזן' האָב איך אים צוגעלײגט אַז דער גמרא זאָגט כּל האוכל ושותה בתשיעי מעלה עליו הכּתוב כּאילו התענה תשיעי ועשירי און ער האָט נאָך מער הנאה געהאַט. ער האָט אװדאי הנאה געהאַט פֿון דעם ייִדישן כּאילו. די קריסט צום בײשפּיל האָבן אַ באַפֿעל אַז מען כאַפּט אַ פֿראַסק זאָל מען אױסדרײען דעם צװײטן באַק. נו װער איז דען אין דער מדרגה? און אַז מען טוט יאָ אַזױ װאָס האָט מען דערפֿון. גיבט אַזאַ מצווה פֿאַר חז"ל און זײ װאָלטן דרפֿון געמאַכט אַ בראַטל. זײ װאָלטן געזאָגט כּל המסבב לחיו כּאילו סיבב כּפּרות און איר קענט זיכער זײַן אַז ערב יום קדוש אַנשטאָט געבן מלקות אין בית מדרש װאָלט מען זיך געטײלט פֿרעסק אײנעם פֿאַרן צװײטן און זיך אױסגעדרײט די באַקן.

עולם, האָט מיר אַ גמר חתימה טובה און פֿאַרגעסט נישט אַז מוצאי יום קדוש איז דער יאָרצײַט פֿון ר' אפֿרים. טרינקט אַ לחייִם און זאָל זײַן נשמה האָבן אַן עלייה.

יום רביעי, ספטמבר 15, 2004

כּתיבה וחתימה טובה

איך האָב געבעטן אױף דער זכייה אױפֿצושטײן צו זכור ברית און מײַן תפֿילה איז נתקבל געװאָרן ברצון. ברצון קען אפֿשר זײַן אַ גוזמא װײַל איך בין אַרײַן געקומן האַלב װעג אין זכור ברית און איך האָב סך הכּל אָנגעיאָגט אײן ושוב און אײן והשב און אױך גואל חזק למענך פּדנו בײַ אַ מנין װאָס האָט זיך געשטעלט אין זעקסע. איך האָב מיך געשטעלט זאָגן סליחות און ס'האָט מיך באַלד באַנק געטון אַז איך האָב פֿאַרפֿעלט אַאַאַאַאַאַאַאַאַשרײַ הואָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָם יודעײַײַײַײ סריאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָה און אַלע אַנדרע הערונגן פֿון סליחות ערב ראש השנה. נאָך אַ פּאָר שטיקלעך האָב איך מיך אַרױס געגנבעט צום בעקער קױפֿן חלות אױף יום טוב. זיס װי האָניק. פּאַרקירט, זיך אױסגעװעלט אַפּאָר אָפּגעברענטע חלות פֿאַר כּלל ישראל האָט זײ אױסגעטאַפּט, אַ האָניק לעקאַך מיט אַפּאָר ראָגעלעך, באַצאָלט און צוריק אין בית מדרש אַרײַן. אין בית מדרש האָבן זײ געהאַט קפֿיצת הדרך און דער עולם איז שױן געשטאַנען מיט טלית און תפֿילין. פֿון אַ מעשה עבירה טאָר מען נישט הנאה האָבן אָבער דאָ האָב איך דאָך הנאה געהאַט פֿון ייִדן װאָס זענען געשטאַנען אין שיל און געדאַװענט. זאָל איך האָבן אַזאַ לײַכטער יאָר.

בײַם דאַװענען הער איך װי אַ ייִנגליש רעדנער מיט אַ גרױסער באָרד װערטעלט זיך מיט אַ צװײטן אױף זײַן שפּראַך׃ איך האָב דיר געזאָגט אַז מיר װעלן צוזאַמן מאַכן התרת נדרים און איך האָב פֿאַרגעסן זאָגן בלי נדר װעל איך אױף דעם אַלײן אױך דאַרפֿן מתיר נדר זײַן. די געלט גײער האָבן געקלאַפּט אין גרױסן. ייִדן דאַרף פּירות אױף שהחיינו און חותך חיים מעסערלעך און מען טײלט דאָס נישט אומזיסט. איך האָב אײנעם נישט געהאַט חשק צו געבן װײַל ער האָט אַלץ אַ גרױס מױל. דערנאָך איז מיר אײַנגפֿאַלן אַז ער גײט דאָך סך הכּל פֿאַר זיך אַלײן צו שפּײַזן זײן הױז געזונד איז זאָל איך אים דאָס אױך נישט פֿאַרגינען? ל.ט.ס בחור װאָס האָט בר מצווה געהאַט פֿאַר צװײ װאָכן און מען האָט אים נישט געמאַכט אַ סעודה װײַל זײַן טאַטע האָט געהאַט חתונה געמאַכט מיט אַפּאָר װאָכן פֿאַר דעם און ער האָט זיך נישט געקענט ערלױבן אַזױ פֿיל סעודות מצווה, דער בחור האָט אױך געקלאַפּט. ער איז שױן אַ בחור און ער מעג שױן קלאַפּן חוץ חנוכּה און פּורים אױך. אין טירופּאַטי איז מען מקריב דעם עגאָ מיט זיך אָפּשערן דער האָר אין ישיבות קטנות שיקט מען זײ בעטלן אין די שילן. מען דערלײגט אַן עגאָ אָבער מע פֿאַרדינט כאָטש דערבײַ אַפּאָר גראָשן.

נאָכן דאַװענען האָט מען מתיר נדר געװען אָבער נישט פֿאַר דער בעל תפֿלה האָט געזאָגט דער יהי רצון נאָך תהילים. אַ צומישטער שטן קען נישט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס שופֿר נישט און תהילים יאָ. בײַ קדיש נאָך תהילים האָט דער ייִנגלישיסט מיט דער גרױסער באָרד באַקומן אַ קאָל אױף זײַן סעליולער און אין אַ װינקל האָט ער אַרײַנגערעדט אין זײַן באָרד אונטער זײַן טלית. איך האָב מיך איבערגעטון די תפֿילין בשעת מײַן בית דין איז געזעצן און לכּבוד ערב ראש השנה אָנגעטון רבינו תם תפֿילין. גאַנץ אַ פֿײַנעם בית־דין איז עס געװען חוץ אַז אײנס פֿון די דיינים האָט נישט אױפֿגעהערט שאָקלן זײַנע פֿיס און װאַרפֿן דעם באַנק במשך דעם גאַנצן זיצונג. איך פֿאַרשטײ נישט דער פּשט אַז מען זאָגט פֿאַר די 'דיינים' אַז װיבאַלד מען געדענקט נישט אַלע נדרים און מען קען זײ נישט אױסרעכענען על כּן יהיו נא בעיניכם כּאילו הייתי פורטם, זאָל עס זײַן בײַ אײַך כּאילו מען האָט זײ אױסגערעכענט. ממא נפֿשך מען דאַרף יאָ אױסרעכענען צי נישט. אַז יאָ װאָס העלפֿט אַ כּאילו און אַז מען דאַרף נישט װיבאַלד מען געדענקט זײ נישט איז װאָס דאַרף מען אַ כּאילו.

דער ייִנגלישיסט האָט געזאָגט שמעו נא רבותי מיט דעם אמן בכל כּוחוניק און יעדער אײנס פֿון דעם כל כּוחוניקס הכּל יהיו מותרים לךס האָט געדױערט לענגער װי מײַן גאַנצער שמעו נא. נישט קײן װינדער ער האָט זיך פֿריער געװאָלט מתיר נדר זײַן איבער זײַן אָפּמאַך.

באַלד גײן מיר צו דער באַבע און זײדע זײ װוּנטשן אַ גוט יאָר און דאָרט אױף דער זײַט ליגן אױסגעלײגט אַלע אײניקלעך בײַ דער תנאים און דער חתונה. זײ שטײן אױפֿן בילד אַזױ װײַט אײנער פֿונעם צװײטן אַז מען װאָלט געקענט מײנען אַז זײ האַלטן שױן נאָכן צוקריגן זיך און דערװײַל האָבן זײ זיך אַפֿילו נאָך נישט פֿאַרליבט. אין געשעפֿט פֿרעגט אַ ייִד דער פּרײַז פֿון האָניק, 'װאָס? מען װאָל געקענט מײנען אַז גאָלד פֿאַרקױפֿן זײ דאָ.'

האָט מיר אַלע אַ כּתיבה וחתימה טובה און אַ גוט געבענטשט יאָר. װערט פּטור אַלע עבירות בײַ תשליך און מאַכט פּלאַץ פֿאַר די פֿרישע און זײַט אײַך מחיה מיטן כראָמטש אינעם פֿאַרהאָניקטן עפּל.

יום שני, ספטמבר 13, 2004

בושתי וגם נכלמתי

איך קען נישט לאַנג מאריך זײַן און ס'איז נישט דאָ װאָס מאריך צו זײַן. זונטיק אינדערפֿרי בין איך פֿאַרשלאָפֿן סליחות. פּראָסט אַזױ. בײַ נאַכט האָב איך נישט געזאָגט סליחות װײַל איך האָב געװאָלט אױפֿשטײן װי ס'פּאַסט זיך אױפֿן ערשטן טאָג סליחות און איך האָב אָנגעשטעלט מײן װעקער זײגער אױף דעם צװעק. איך האָב נישט געקענט אײַנשלאָפֿן װײַל איך האָב מיך צו שטאַרק געשטיפּט און איך האָב מיך געדרײט על משכּבי בלילות. סהדי במרומים אַז מײַן װעקער זײגער איז געװען אָנגעשטעלט אױף פֿיר פֿונעף און פֿערציק, מײַן זינס און מײַן סליחות האָב איך אַראָפּגענומן פֿון די העכערע שאַפֿערס און איך בין געגאַנגן שלאָפֿן במחשבה תחלה אױף אױפֿצושטײן. װאָס מער קען מען פֿון מיר פֿאַרלאַנגן?

האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט דער בעל דבר אין מײַן זײגערעל און כאָטש ס'קלינגט לכל הפּחות אַ האַלבע שעה אױב נישט לענגער האָב נישט איך און נישט מײַן בני בית געהערט דעם קול דודי דופֿק. יעצט איז לײַכט צו רעדן אָבער אַז איך טראַכט װאָס איך האָב געקענט טון פֿאַלט מיר אײַן אַז אפֿשר װאָלט איך מיך נישט געדאַרפֿט אָנלענען שבת נאָכן טשולנט און אפֿשר װאָלט איך מיך געדאַרפֿט לײגן שאַפּײס־צו־נאַכטס אַביסל פֿאַר צװײ אַזײגער. אָבער פֿון דעסטװעגן טראָץ דאָס אַלעס פֿאַרלאַנג איך פֿון מיר אַז דער נענטערדיקן יום הדין װאָלט מיך געדאַרפֿט אַרױסטרײַבן פֿון בעט.

אַז ס'איז דאָ אַ באַשעפֿער אין הימל איז ער אַן עד מיט װאָס פֿאַר אַן עגמת נפֿש איך בין אױפֿגעשטאַנען. פֿאַר די אױגן האָב איך געזען דעם באַשעפֿער, 'שײן זע איך מיט דיר אױס, װאָס. ס'הײבט זיך אָן מיט אַ װערטעל און אַביסל קריטיק אױף אַן ערלעכער ייִד און ס'לאָזט זיך אױס מיט דעם ערשטן טאָג סליחות אין בעט אָן נעגל װאַסער בײַ דער זײַט. און װי גײסט דו צו צו ראש השנה מיט אַ האַלבער טוץ לדוד ה' אוריס און אַפֿילו נישט אַזױ פֿיל תקיעת שופֿרס? האַ? װאָס טױג דאָרט נישט? װעם האָט לדוד ה' אורי באַגנבעט? יאָ יאָ גײ נאָר אױף דײַנע װעגן װעסט דו װײַט אָנקומן.'

מײַן פֿרױ האָט געגעבן אַ שרײַ ס'איז זיבן פֿינעף און דרײַסיק און תוך כּדי דיבור בין איך שױן געװען אױף די פֿיס. װײ איז מיר. װוּ גײט מען זיכן אַ מנין זונטיק אינדערפֿרי װען ייִדן קומן אַרױס פֿון שיל מיטן טלית באַרטל אונטער די אָרעם און אַ זעטיקײט אױף די ליפּן פֿין אַ מקווה, תהילים, שמע קולנו, שחרית און װידער תהילים און איך װעל אַרײַן שפּאַצירן צי מען קען נאָך זאָגן סליחות? װוּ װײַט בין איך פֿאַרקראָכן אַז במוצאי מנוחה זאָג איך אױך ביחידות? װי איז מעגלעך צו באַשאַפֿן דער ליפֿט פֿון א' סליחות, װען מען קען זיך נישט פֿאָפּן מיטן שײַן פֿונעם שבת, מיטן גלאַנץ פֿון אַ בעקיטשע און מיט דער װײכקײט פֿון אַ שטרײַמל. מען קען זיך אױך נישט אײַנװיקלן אין אַ טלית און זיך באַהאַלטן. צו סליחות קומט מען אין די װאָכעדיקע בגדים, די זעלבע בגדים אין װאָס מען זונדיקט באותו בגדים טוט מען תשובה, באותו בגדים שרײַט מען סלח לנו אבינו כּי ברוב אוולתינו שגינו. דאָס איז דער אַטמאָספֿערע פֿון דער פֿאַרטאָגס װען דער בית מדרש איז אַזױ שװאַרץ װי דער אינדערױסענדיקע הימל און אינערװײניק איז פֿאַרכמאַרעט פֿון אַרבעטס רעקלעך און אױסגעריבענע קאַפּעליטשן. דער װײַסער פּרוכת אױפֿן ארון קודש געפֿינט זיך נישט דאָס פּלאַץ בײַ דעם װאָכענדיקן עולם און די נאַקעטע טישן. מען זאָגט אָבער הנשמה לך און אַפּאָר קל מלך יושבס און דער מידיקײט װערט נעלם, דאָס פֿינסטערנישט הײבט זיך, דער װאָכענדיקס װערט דערהױבן און אפֿילו די כּרחם אבס באַקומן אַ ייִדיש טעם. און דאָס האַלט זיך ביז די געלט גײערס הײבן אָן קלאַפּן מיט די הענט.

װען איך האָב אַרײַנגעטראַכט װאָס גענױ טוט מיר װײ האָב איך באַשלאָסן אַז איך קען לעבן מיט דעם נאָר װאָס שטערט מיר אין אמתן איז אַז מײַן זין װעט נישט האָב אײַנגעקריצט אין זײַן מוח די קולות און בילדער פֿונעם פֿאַרטאָגס װען דער שטילער גאַס רעשט פֿון סליחות, װען מען װעקט אױף דעם פֿאַרשלאָפֿערנער שיל מיט אשרי יושבי ביתך, װען בײַ די פֿענסטערס איז נאָך שװאַרץ און דער בעל תפֿילה שרײַט שױן זוחלים ורועדים מיום בואך, װי שמע קולנו ברענגט אָן דאָס ליכטיקײט און דער זין קומט כאַפּן אַ בליק בײַ שומר ישראל. אױף װאָס ער האָט נישט געזען דאָס יאָר קען איך נישט תשובה טון און אַז ער װעט קײנמאָל נישט װיסן אַז ער האָט פֿאַרפּאַסט און װאָס ער האָט פֿאַרפּאַסט אױף דעם העלפֿט נישט קײן חרטה.

איך האָב אים אױפֿגעװעקט און ער איז באַלד אױפֿגעשטאַנען. איך האָב מיך געפֿרײט אַז ער איז נישט געװען צו אַנטױשט אָבער הא גופֿא האָט מיך אױך אומעטיק געמאַכט. איך האָב אים געזאָגט אַז מיר גײן מיר זאָגן צוזאַמן סליחות און איך האָב אַראָפּ געלײגט אַן אשרי, אַ לך ה' הצדקה, אַ הנשמה לך אַלעס אױפֿן אָטענטישן נוסח. פֿאַרשטײט זיך אַז ה' ה' האָב איך נישט געקענט זאָגן אָן אַ מנין. ס'האָט מיר אַמאָל אַ ייִד געזאָגט אַז װען מען דאַװענט ביחידות זאָגט מען נישט בײַ די קל מלא רחמיםס פֿון קל הורית לנו און װײַטער ממילא האָב איך דאָס אױך געמיזט אױסלאָזן. בין איך געבליבן מיט אַן אומגלימפּערטן סליחות, במוצאי מנוחה אין העלן טאָג און שמע קולנו אָן אַ װידערקול. װײַט װײַט פֿונעם געװיסיקן אַרטיקל.

על כּרחך מיז מען אַזױ זאָגן. אַזױ װי זאַטע עשירים עסן פֿיל בעסער װי הונגעריקע אָרעמעלײַט אַזױ אױך טון צדיקים פֿיל בעסער תשובה װי פֿאַרזונדיקטע. לאָמיר האָפֿן אַז ביז ערב ראש השנה װעל איך מיך פֿאַרדינען דער זכייה אױפֿצושטײן צו זכור ברית.

יום חמישי, ספטמבר 09, 2004

ימי הרחמים והסליחות

ראש השנה איז שױן אױפֿן שװעל און מײַנע מנחה מעריבס זאָל גאָט אָפּהיטן. שחרית לױף איך אין שיל, װען איך קען בלײַב איך אױף תקיעת שופֿר אָבער מנחה מעריב גײט עפּעס נישט. הײַנט בין איך אָנגעקומן אין שיל אַזױ צװישן דער שטילער און דער הױכער שמונה עשרה, װען יעדער דרײט זיך אַרום און צײלט און נוקעט און צײלט װידער װײַל בײַ ונשאם האָט ער פֿאַרגעסן צי ער האָט זיך שױן אַרײַנגערעכענט און אײנער האָט געכאַפּט אַ שפּאַציר און קען זײַן מען האָט אים אױך צװײ מאָל געצײלט. שפּעטער דרײט ער זיך אױס און נאָך אײנער האָט אױסגעטרױטן און ער הײבט װײַטער אָן הושיעה את עמך און בעליװ מי דאָ זײ ניד אַ ישועה. די שנעלע דאַװענענרס הײבן אָן נוקן און קלאַפּן אױפֿן טיש מיטן בײנדל פֿון דער וארשתיך פֿינגערל. מען שרײט 'באָריך, באָריך' און דער בעל תפֿילה שרײט צוריק אַז דער װאָס האָט יעצט אױסגעטרױטן האָט זיך נישט געשטעלט מיטן מנין קען מען אים נישט אַרײַנרעכענען, און אַ צװײטער שרײַט מען קען יאָ װײַל אױף אַ זעקסטער טױג ער טאַקע נישט אָבער אױף תשעה עונים איז ער יאָ גוט און ענדלעך טרעט אױס דער מדקדק װאָס טאָג טעגלעך כראָפּעצט ער פֿאַרן רבונו של עולם זײנע מכלכל חייםס, זשומט בײַ למען תזזזזכּרו און שפּײַט לטוטפֿות און גאָט נעמט זײַן שפּײַעכץ און לײגט עס אַװעק פֿאַר טל תחייה און ביז אַהין באַקומט ער בזכות דער יריקה והריקותי לכם ברכה, און װען ער טרעט אױס שטעלט זיך ענדלעך דער בעל תפֿלה.

און איך בין אַזױ אַרײַן אין שיל און דער גבאי, דאָס הײסט דער שאַץ־מאַץ בײַ שחרית קומט צו מיר צו 'ביסט געקומן פּונקט אין צײַט צו קדושה' און להכעיס האָב איך מיך געשטעלט שמונה עשרה בײַ שומר ישראל אָן צו טראַכטן אַז ס'קומט קריאת התורה. בײַ קריאת התורה האָט מיר באַנק געטון אַז איך האָב נישט געקענט זאָגן ברוך ה' המבורך אָבער כאָטש בײַ לא יאבה ה' סלוח לו האָט איך געקענט מיט האַלטן. און ס'איז מיר אײַנגעפֿאַלן װאָס איז ערגער? צו האַלטן אַז גאָט האָט געשריבן דער גאַנצער תורה מרישא ועד גמירא נאָר װיבאַלד דער װאָס האָט געשריבן בראשית ברא האָט נישט געשריבן אתם נצבים היום על כּרחך מיז זײַן מער װי אײן גאָט, אָדער לעולם איז גאָט אחד יחיד ומיוחד און מענטשלעכע הענט האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט אין זײַן לקח טוב? אַז טוב לי תורת פּיך מאלפֿי זהב וכסף קען מען נישט באַשולדיקן אַפּאָר צדיקים פֿאַר אַרײַן שטעקן די הענט. איך בין געבליבן מיט אַ תיקו.

אױפֿן באָס זענען געװען אַפּאָר מײדלעך, דער באָס איז דורכגעפֿאָרן אַ פּאָר פֿאָלק און אײן מײדל זאָגט פֿאַר די אַנדרע קוק דאָרט גײט חאַני. די אַנדרע האָבן געכאַפּט נאָך אַ בליק װיאַזױ זי זעט אױס אין אַ שײטל, און אײן מײדל זאָגט פֿאַר אַן אַנדרע , זי'ז אין דײַן קלאַס, נײן? און זי ענטפֿערט, אָבער זי איז אײנס פֿון די עלטסטע און איך פֿון די ייִנגסטע, איך בין קױם נײַנצן. ומענין לענין באותו ענין אַ פֿרױ דערצײלט אַז אַ שדכנטע האָט איר אָנגעטראָגן אַ שידוך און זי האָט עס אָפּגעזאָגט, און דער שדכנטע האָט זיך גענומן צו אירע בײנער. װער מײנסט דו דו ביסט? דו װאַרפֿסט זיך אַזױ מיט שידוכים. װאָס קלערסט דו מען װעט דיר אױסכאַפּן? װער דאַרף דיך האָבן? דאָס איז פֿאַר דיר פּאַסיק. דרעק מיט דרעק קלעבט זיך גוט צאַם.

דער לעצטער זאַץ האָט זי למעשה נישט געזאָגט און איך האָב עס צוגעלײגט כּדי שלא להשאיר הנייר חלק.

העװ אַ נײַס דײ!

יום רביעי, ספטמבר 08, 2004

מײַן נקמה

לעצטענס איז שטיל װײַל איך בין פֿאַרטין און פֿאַריאָגט און איך האָב אַזױפֿיל איבערן קאָפּ אַז װאָס נאָר. און פֿון דעסטװעגן גנבע איך מיך יעצט אַרײַן אַהער אָפּשרײַבן אַפּאָר װערטער. מײַן נקמה אין דער װעלט. אַז אדם לעמל יולד זאָלן מײַנע װערטער זײַן גראַפֿיטי אױף דער לעבענס סאָבװײס און זאָלן קומן דער װעלטס חכמים מיט זײערע שלױכן און עס אָפּרײַבן װען בײַ זײ איז ליכטיק. אַסאַך פֿאַרשטײן זײ. זאָל מײַן בלוט פֿליסן דורך מײַן פֿעדער און איך שטײ און לאַך װי די מבקרי חולים זוכן צוצונעמן פֿון מיר אַן אחד בשישים. גײטס אײַך געזונטערהײט איר זענט אַלע פֿיל קראַנקער װי די פּאַציענטן. פֿאַר אײַך איז קײַן מעדיצין נישט דאָ, קײן אײַנשפּריץ װעט אײַך נישט געזונט מאַכן און װאַקצינאַציעס װעלן עס אָנברענגן שנעלער. דאָ בין איך פֿרײַ, בין איך מלך. פֿרײַ זיך אָנצושמירן מיט טינט, פֿאַרשװאַרצן מײַן נשמה אַז מײַן שמײכל זאָל אױסזען װי די װײַסע צײן בײַ אַ קױמען קערער. אותיות פּורחות באויִר פֿאַרסמן װער עס לײענט זײ הרגנען װער עס שרײַבט זײ. טו נעמט אַלע אַ טיפֿן אָטעם און האָטס מיר אַ גוטן טאָג.

אָט זעט אַ חידוש!

װי אַיעדער װײסט טון זיך נײַע בלאָגס פּרה ורבה זײַן כּרימון און װי בײַ פּריה ורביה איז דער אָנהײב שטענדיק געשמאַק אָבער געבױרן װערן קען אַלץ אַ נפֿל. כּן הדבר הזה.

אַז איך שטעל נישט בײַ די לינקס אַלע פֿרישע איז עס נישט װײַל איך פּסל זײ אָדער איך גלײַך זײ נישט. ס'איז פּשוט אַז צײַט איז אַזױ ענק אַז ס'נעמט אױף צופֿיל צײַט מיטצוהאַלטן.

מאַכט זיך אָבער אַז מען זעט עפּעס װאָס המקרא אומר דרשני. אָט אַזאַ מציאה האָב איך געפֿינען װאָס שטײט קאָפּ און פּלײצעס איבער אַסאַך און דערפֿאַר פֿאַלט פֿון אים נישט שופּן.

יאַאַאַמױד עלאַברעק!

יום שלישי, ספטמבר 07, 2004

בן חמישים לעצה

לכּבוד די פֿופֿציק אלפֿים װאָס זענען דורך אין דאָס אַלטער שטיבל, און אַ דאַנק פֿאַר יעדעם אײנעם באַזונדער פֿאַר יעדער פֿון זײַנע באַזוכן, האָב איך מיך אַריבער געקליבן אַהער קײן בלאָגער. בכדי אַז דער עולם זאָל קענען מיטהאַלטן װעל איך פֿאַר אַן איבערגײ זמן שטעלן אַ מודעה אױף ישרא בלאָג יעדער מאָל װאָס איך פֿיר דאָ טיש. ס'װעלן זײַן װאָס זאָגן אַז מײַן בלאָג בײַ בלאָגער איז געגליכן צו דער גמרא כּל הדר בחוץ לארץ כּאילו שרױ בלא אלוק. אַנדרע װעלן זאָגן אַז מיר אין חוץ לארץ מעגן האָבן אַן אײגענעם ייִדישן אינדענטיטעט אומאָפּהענגיק אין פּאָליטישע הײמלענדער. ואני הקטן זאָג אַז חז"ל האָבן געהאַט אױף דעם אַ תשובה און זײ האָבן געזאָגט בן חמישים לעצה. זײ האָבן געזען ברוח קדשם אַז אַרום דער צײַט װאָס בײַ אונז װעט װערן פֿופֿציק טױזענט באַזוכערס װעט אױפֿשטײן אַ בלאָג מיט נאָמן בלאָגערעצות און װעט אַרױס נעמן די ייִדן אין גלות אַרײַן. זאָל מקויים װערן ואחרי כן יצאו ברכוש גדול. אמן.
נ"ב איך בעט שױן מחילה אױף אַלע לינקס אשר איננו. איך האָב נישט קײן אַנונג װיאַזױ ס'אַרבעט דאָ װײַל איך בין נישט אַ בקי אין לשונות װאָס מלאכי השרת משתמשים בו. איך פֿאַרלאָז מיך אינגאַנצן אױף בלאָגערעצותס טעמפּלעטן און ביז איך האָב מער צײַט זיך אַרום צו שפּילן װעט עס אַזױ בלײַבן. חוץ אַז איך װעל געפֿונען אַ שמש. אַ דאַנק די װאָס האָבן זיך אָפּגערופֿן אונטער צו לײגן אַ פּלײצע, דער זאַך איז נאָר אַז װעגן װער איך בין האָב איך מורא אַז זיך פֿאַרטראָגן מיט אַ שמש װעט אױפֿנעמן נאָך מער צײַט. װי טשערטשיל זצ"ל האָט געזאָגט װען מען האָט אים צוגעהאָלפֿן אָנטון אַ מאַנטל, 'ס'איז שװער גענוג אַלײן.'