יום שישי, מרץ 14, 2003

פּורים תורות

כאָטש שכר מצווה בהאי עלמא ליכא, גײן דאַװענען אין שיל שחרית צאָלט דיװידענדן פֿאַר מעטיריאַל פֿאַר מײַן בלאָג. אַז איך גײ שבת אין שיל קומט מיר נאָר אױס צו זען דער שיל אין אירע שבתדיקע קלײדונג אָן קאַװעס און שמות אױף אַלע טישן. די תורה זורנאַלן װאָס װידמן זיך אַזױ שנעל און פֿיל װי אַ בני ברקער פֿאַמיליע זענען אַלע אױפֿן װאָכעדיקע סדרה צי אױפֿן װאָכעדיקע דף, און חוץ אַז איך װיל עס געבן אַ נעם װען מײַן שכן זאָגט שמע, זענען זײ אַ יקר המציאות. יעדער דאַרף זײ לײנען מיטצוהאַלטן די מזל טובס פֿון די נדבנים און אױך זען עפּעס אַ מעשהלע צי אַ תורהלע װאָס די באַזאָרגערס האַלטן איז פּאַסיק פֿאַר אנשים פּשוטים כמונו. אין מיטן װאָך אָבער װאַלגערן זײ זיך אױף אַלע טישן מיט הגהות און קאַטשקערײַען פֿון כולל יונגעלײַט װאָס זוכן אַ שעפֿערישן אױסגאַנג, און קײנער קוקט אײַך נישט איבער די איקסל װען איר ענדיקט שױן.

אָט אַזאַ בלאַט האָב איך אָנגעטראָפֿן די װאָך אױפֿן דף היומי. געשריבן איז עס אין דער מאָדערנע חרדישע סטיל װי מען געט אײַך קרעדיט פֿאַר דער שכל פֿון תינוקות של בית רבן און טאָמער מען זאָגט אײַך נישט אױף יעדען קשיא אַז ס'איז געװאַלדיג און אױף יעדען תירוץ אַז ס'איז הפֿלא ופֿלא האָבן זײ אַ חשש אַז אפֿשר װעט איר נוצן אײַערע אײגענע פֿאַקולטן ר"ל. די מעשות װאָס זײ שטעלן אַרײַן זענען אַלגעמײן פֿון די סאָרט װי אלמנות קומן צו אַ רב מיט אַ ביטערע געװײן אַז זײ זענען נאַקעט און באָרװעס (אױפֿן רב געװוּנטשן) און דער רב מיט זײַן פֿקחות פֿאַרענטפֿערט אַלע קשיות.

אין דעם בלאַט װאָס איך האָב אָנגערטראָפֿן איז געװען אַ פּשעטעל אױפֿן דף פֿון יענער װאָך. בצדק תשפּוט עמיתך. איר קענט אין דעם זען אַ פֿעלער? חלילה, אַ יוניװערסאַלע פּרינציפּ װאָס מאַכט אײַך שטאָלץ צו געהערן צום פֿאָלק פֿון דער אַלטער טעסטאַמענט. והוי דן את כל האדם לכף זכות. אַ פּראַכטיקע מאמר חז"ל װאָס קומט מיר אין מוח יעדעס מאָל איך הער דער ענגלישע אױסדרוק benefit of doubt.

געט זײ אָבער איבער פֿאַר אַ האַלאַכיסטישע מפֿלפּל און קוקט צו װי ער מאַכט אַ תל דערפֿון. דער בלאַט האָט אַ שאלה צו אַ קטן דאַרף מען אױך דן זײַן לכף זכות. װאָס איז דער הוי אמינא װוּנדערט איר אײַך, פֿאַרװאָס נישט? איר מיזט אָבער פֿאַרשטײן די מפֿלפּלים. זײ קומן פֿון אַ טראַדיציע װוּ האומר על קן ציפּור יגיעו רחמיך משתקין אותו. און כאָטש ס'איז דאָ אָן אַ שיעור מאמרי חז"ל װאָס נעמען אַ מער יומאַניסטישע צוגאַנג איז הײַנט אָבער מלך דער האַרטע נישט בײגװידיקע פּשט. אין אַזאַ װעלט שטײן מחיית עמלק, עיר הנדחת און דן זײַן לכף זכות אױף אײן פֿלאַך, און אַלעס איז אַ באַפֿעל פֿונעם באַשעפֿער. אָט דאָס איז דער הוי אמינא.

ס'איז אַ שאלה למעשה אױך. אַז איר זענט אַ מנהל צי אַ מלמד צי אַפֿילו אַ טאַטע און איר כאַפּט אײַער קינד מיט עפּעס מיזט איר װיסן װיאַזױ אים צו באַהאַנדלן. אַז איר גײט אַרײַן אין זײַן צימער אין דער פֿרי און ס'ליגט נישט נעגל װאַסער לעבן זײַן בעט איז אַ שאלה צי איר מעגט אים זאָגן 'שײגעץ אײנער, װאָס האָסט דו דיך נישט צוגעגרײט נעגל װאַסער' צי איר מעגט קלערן אַז ער האָט עס שױן אַוודאי אױסגעגאָסן.

דער דף היומי בלאַט האָט אָבער אַ פּשעטל. אַז איר װילט עס גאָר גוט פֿאַרשטײן איז פֿאָלגט מיר און זאָגט עס מיט אַ גמרא ניגון: אין דער ספֿר שבילי חיים דרונגט ער זיך אױס אַז װיבאַלד דער חפֿץ חיים האָט זיך געמוטשעט צו טרעפֿן װען מען טאָר נישט רעדן לשון הרע אױף אַ קטן, און ער האָט נאָר געקענט געפֿונען אַ היכי תימצי פֿון אַ קינד אַ יתום פֿון טאַטע מאַמע װאָס װױנט אין דער פֿרעמד און אַז מען װעט רעדן אױף אים לשון הרע קען מען אים אפֿשר אַרױסשטעלן פֿון זײַן הײם, איז פֿון דעם געדרונגן אַז רעדן אױף אַ קינד לשון הרע איז נישט קײַן איסור װײַל אַ קינד האָט נאָך נישט אַ כאַראַקטער װאָס מען קען אױף דעם רעדן לשון הרע און װאָס איז הײַנט אַזױ קען מאָרגן זײַן אַנדערש, ממילא איז דער זעלבע זאַך אױך מיט דן זײַן לכף זכות אַז ס'איז נישט דאָ אַזאַ מצווה פֿאַר אַ קטן.

הײסט עס אַז נאָך דעם שמע מינה איז אפֿילו לױטן חפֿץ חיים נישט דאָ קײַן איסור צו רעדן אױף אַ קטן. דער מחבר פֿונעם בלעטל האָט לױט דעם געטון לפֿנים משורת הדין װען ער האָט צוגעלײגט אין אײַגערינגלעכצער אַז מען דאַרף אַלץ נישט זאָגן אױף אַ קינד זאַכן פֿון שאַנד. זײער שײן פֿון אים.

דאָס איז דער ערשטער פּורים תורה, דער צװײטער איז מײַן אײגענס.

***************************************

מאָרגן װעלן מיר זאָגן אין די יוצרות 'ואם כל המועדים יהיו בטילים ימי הפּורים לא נבטלים'. שטעלט אײַך פֿאָר פֿאַר אַ מינוט אַ ייִדישקײט אָן בדיקת חמץ און אָן ערב פּסחדיקע מצות, אָן שבועותדיקע קעזקוכן און אקדמות, אָן שופֿר און תשליך, אָן כל נדרי און על חטא, אָן אַ דופֿן עקומה און אַ יאַנעװע אתרוג, אָן הושענות און חתן כל הנערים, אָן דער בית יוסףס קשיא און מנורות פֿעט מיט שמן זית, אָן אתרוג אײַנגעמאַכץ און אָן מגילה -אופּס, נײן אָן אַלעס חוץ די מגילה װײַל פּורים הײסט עס װאָלט געבליבן. נו, קענט איר אײַך פֿאָרשטעלן אַ ייִדישקײט אָן די אַלע זאַכן און אײן מאָל אַ יאָר װאָלט מען געקומן פֿײַרן מיט די גרעגערס און שלח מנותן װײַל מען האָט אונז געװאָלט אומברענגן. װאָס װאָלט אונז געטױגט בלײַבן אַ פֿאָלק אָן די קרעפּלעך און קנײדלעך, האָניג קוכן און זינגן בבקעך ים סוף? אײנס פֿון המנס גרױסע טענות איז דאָך געװען שה"י פּה"י, איז הגע בעצמך אַז אױב כל המועדים יהיו בטילים האָט המן שױן נישט קײן טענה, דאַרף מען אױב אַזױ נישט אַ נס פּורים.

אלא מאי אם כל המועדים... איז דער לשון הקודש עקװיװילאַנט פֿון װען דער באַבע װאָלט געהאַט רעדער װאָלט זי געפֿלױגן.

האָטס מיר אַלע אַ גוטן אָץ קוצץ און אַ פֿרײליכן פּורים!

אין תגובות: