יום שני, מרץ 17, 2003

לכבוד פּורים׃ שירת הדג - דער פֿישס ליד

די פֿאָלגענדע שירה האָט מען געהערט פֿון אַ פֿיש אין װיליאַמסבורג 'רבותי דאָ רעדט אַ פֿיש, אַפּיקורסים און ליצים מאַכט נישט קײַן ליצנות. ס'שטײט אַז צדיקים װערן מגולגל אין פֿיש און די גבאים װערן מגולגל אין פֿישערס.'

די שירה איז ברוה"ק נאמרה און ס'איז כביכול שכינה מדברת מתוך גרונה. ס'זאָל חלילה קײנער נישט מײנען אַז דאָס איז עפּעס אַנדערש װי אַ מחלוקת לשם שמים און מיר קרוצי מחומר דאַרפֿן גלײבן אַז אלו ואלו דברי אלקים חייִם.

ס'איז געקומען אַ פֿישל קײַן סקװער
ער'ט געפֿרעגט ´װי, װאָס, װען, װער?´
מ'האָט אים געגעבן אַ זעץ
'דו װײסט װאָס דו רעדסט?'
דאָ טאָר מען נישט געבן אַ קלער

דער פֿיש האָט געגעבן אַ טאַנץ
דער בעלאַבאָס איז אַרײַן אין אַמבולאַנס
דער פֿיש האָט געשװיגן
גאַנץ סקװער האָט געשריגן
'ס'גײט פֿונעם גאַרטל אַ שװאַנץ'

דער פֿישל'ס געװעזן אַ קאַלטס
ס'האָט געזאָגט ס'דאַרף אַסאַך זאַלץ
'ציט מיך אַרױס פֿונעם בלאָטע
איך טו װי מײַן טאָטע
מײַן טלית קטן קומט אָן ביז מײַן האַלץ'

דער פֿיש האָט געװײנט אױף אַ תיקון
'איך בעט מ'זאָל מײן נשמה דערקװיקן
מ'האָט מיך נישט געלײגט אין אַ לעדל
מ'האָט געמײנט כ'בין אַ מײדל
װײַל מײן טאַטע'ס געװען צו פרום צו קוקן'

דער פֿיש האָט געזאָגט בקול רם
'רבותי איך האָב אַ פּראָגראַם
נעמט געלט פעדעראַלע
טײלט אױס פאַר אַלע
אָבער מיך לאָט צורו אינעם ים'

דער פיש האָט געװײנט אױף זײן מיתה
'הרגעט מיך נישט מיט אַ שיסער
טוט מײן נשמה אױסבײלן
איך װעל פאַר הילערי װעלן
אַזױ װעל איך אַרױס פֿונעם תפֿיסה'

די פֿישעטע האָט גערעדט אינעם שטעטל
זי האָט געבעטן זי װיל האָבן אַ ברעטל
'אין אַ נוסח פון קלאָגן
װעל איך ויקָרב קץ זאָגן
און אַ היט װעל איך גײן אױפן שײטל''

אין סקװער װױנט אַ פרױ זי הײסט בײלא
זי זאָגט זי האָט אַ פיש לעילא לעילא
אױפן רבין רעדט עס
פונעם רביצן שפּעט עס
זי האָט עס געקױפט בײַ אַ מענטש אַ נבילה (Nivelo)

דאָס פישל טײלט אױכעט שריים
און לױפֿט אין אַ מקווה פֿון מים חיים
ס'שװימט גאָר גיך
מיט שטיװל אָן שיך
'דער סוף איז שױן דאָ'. לחיים!

תגובה 1:

מונסיער אמר/ה...

קטלא, איך שרייבר דיר פון מיין קליגטרייבל (סמארטפאון בלע"ז) אין צו מיין פאראיבל קען איך נישט ליינען קיין ווארט פון דיינע שרייבערייען ווייל עס איז אלעס פארקערט. אלע ווערטער ארום זענען בסדר, נאר דיין קאלום איז קאפויער.

עס איז מינהסתם א סעטונג פאר ענקאודינג.

שכויעך